שאלה אין קורצן ענין
#11 - דארף מען זאגן תיקון הכללי ווי פריער?
קדושה, קליידער, מקוה, תיקון הכללי, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב נאכ'ן דורכפאלן אין מקרה לילה רחמנא ליצלן דארף מען זאגן תיקון הכללי דוקא פאר'ן דאווענען, אדער איז גוט אויך אויב מען זאגט עס נאכ'ן דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז אדורכגעפאלן מיט מקרה לילה - זאל מען וואס פריער לויפן אין מקוה, און איידער מען טובל'ט זיך זאל מען זיך אפוואשן, מען זאל זיין ריין.


בעסער איז ווי פריער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רה; חלק ב', סימן צב): "תִּקּוּן לְמִקְרֵה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווי אזוי פאררעכט מען די פגם פון מקרה לילה? "לוֹמַר עֲשָׂרָה קַפִּיטְל תְּהִלִּים בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם שֶׁאֵרַע לוֹ חַס וְשָׁלוֹם", מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אין די טאג וואס עס האט פאסירט די זאך; די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט: מִכְתָּם לְדָוִד – טז, לְדָוִד מַשְׂכִּיל – לב, אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל – מא, כְּאַיָּל תַּעֲרֹג – מב, לַמְנַצֵּחַ אַל תַּשְׁחֵת – נט, לַמְנַצֵּחַ עַל יְדוּתוּן – עז, תְּפִלָּה לְמשֶׁה – צ, הוֹדוּ לַה' קִרְאוּ בִּשְׁמוֹ – קה, עַל נַהֲרוֹת בָּבֶל – קלז, הַלְלוּ-יָהּ הַלְלוּ קֵל בְּקָדְשׁוֹ - קנ, און דער רבי האט געזאגט: "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לְאָמְרָם בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם", ווער עס איז זוכה צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים - "אֵין צָרִיךְ לִפְחֹד עוֹד כְּלָל מִפְּגָם הַנּוֹרָא שֶׁל הַמִּקְרֶה, חַס וְשָׁלוֹם", דארף מער נישט מורא האבן פון די שרעקליכע פגם פון מקרה לילה, "כִּי בְּוַדַּאי נִתְתַּקֵּן עַל יְדֵי זֶה", ער האט דאס זיכער פארראכטן.


אויך איז וויכטיג צו אכטונג געבן נישט צו גיין מיט די קליידער וואס איז שמוציג, סיי די בעט געוואנט און סיי די קליידער אויף זיך. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגת האדם, סימן יא): "ויזהר שיהיו בגדיו, הכתונת ומכנסים, מנוקים מלכלוך וצואה ושכבת זרע חס ושלום", מען זאל זיך אכטונג געבן אז די העמד און הויזן - זאלן זיין זויבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - פארוואס זאל מיין ווייב נישט טארן אנטון א שייטל?
צניעות, קדושה, קליידער, מורה דרך, משפחה, מנהגים, שמירת עינים, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס העלפט מיר גאר גאר אסאך, כאטש איך בין נישט אפיציעל א ברסלב'ער, דאך הער הערן די שיעורים כסדר, און איך שעפ פון זיי גאר אסאך עצות און חיזוק, און עס האט מיר שוין אסאך צוריק געהאלטן פון עבירות. דאס שרייב איך פשוט אז איר זאלט וויסן אז אייערע שיעורים טוען אויף באהאלטענערהייט אפילו ביי אזעלכע וואס זענען נישט אפיציעל דערקלערט ברסלב.


וויבאלד ממש יעדע נושא אין אידישקייט וואס איר רעדט דערוועגן, הער איך אין דעם אזא געוואלדיגע קלארע דעת תורה וואס איך הער נישט פון קיינעם, עס קלארט מיר אויס אזויפיל בלבולים וואס דרייט זיך מיר אין קאפ, דערפאר וויל איך פרעגן איבער אן ענין וואס שטערט מיר שוין גאר א לאנגע צייט, און דאס איז בנוגע דאס וואס איך וויל זייער אז מיין ווייב זאל גיין מיט א הוילע שייטל.


אין מיין סביבה בכלל, און אין מיין משפחה בפרט, איז זייער שטארק די צוגאנג אז די פרויען מען מוז גיין אזוי ווי די מאמע, עס איז ממש ווי די עשרת הדברות, און עס איז ווי א לעבל אויף די משפחה, "אונז" גייען אזוי, און גיין אנדערש פילט זיך ווי די גרעסטע עבירה אין די תורה, און אין די זעלבע צייט ביי די שכינים ידידים און אנדערע, וואס "זיי" גייען מיט א הוילע שייטל אדער ווייניגער צוגעדעקט, איז עס כשר וישר, און זיי זענען טאקע יראים ושלימים, אבער ווייל זייער באבע איז מיט פופציג יאר צוריק אזוי געגאנגען האבן זיי א גרינגערע תורה, און אלץ איז אין בעסטן ארדענונג, און איך וואס מיין באבע האט דעמאלט געוואלט זיין פרומער און זיך צודעקן איז דאס שוין געווארן א חיוב גמור אויף אלע דורות ווייטער, און אויב מ'טוישט איז מען שוין "אפגעפארן" אדער געפאלן? איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט, עס זעט נישט אויס ריכטיג אין מיינע אויגן. פארוואס דארף איך זיך מער פלאגן מיט שמירת עינים ווייל מיין באבע האט אזוי געטון?


מען רעדט דאך פון א זאך וואס די גדולי ישראל נאכ'ן קריג האבן בפירוש נישט אויסגעשלאסן. און ווען איך וואלט נישט געקומען אין קאנטאקט מיט אזעלכע וואס גייען אויפגעדעקט וואלט עס נישט געצויגן אזוי שטארק, עס וואלט געווען גרינג מסיח דעת זיין דערפון, אבער למעשה האלט איך אין איין באמערקן, אפילו מיט'ן פרובירן צו האבן שמירת עינים באמערקט איך עס, עס מאכט מיר שווערע נסיונות.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר זיך אליין, איך פרעג זיך אליין פארוואס קומט זיך מיר נישט די הנאה פון מיין ווייב? פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? מה פשעי אז יענער קען האבן די הנאה און נאך זיין אפילו א חסידישער היימישער יונגערמאן און ביי מיר וועט דאס זיין די ערגסטע עבירה און איך בין א פאדארבענער מענטש פאר'ן עס נאר וועלן.


ווען עס וואלט זיך גערעדט פון אן איסור גמור וואס איך זע ביי יענעם, כאטש עס קען אויך מאכן קנאה ותאוה, ווייס איך כאטש וואס צו זאגן צו זיך אז דאס איז אן איסור און נעבעך אויף יענעם וואס פירט זיך נישט ערליך, אדער אפילו ווען עס רעדט זיך פון א חומרא מיט א קלארע מסורה, ווי למשל נישט צו לאזן די אייגענע האר, כאטש וואס עס איז יא דא געוויסע חסידישע וואס לאזן נאך פון דעם, און ממילא קען זיין א רייץ זיך נישט צו שערן, קען איך זיך אבער שטארקן אויף דעם, ווייל איך ווייס אז מיר גייען נאך די מסורה וואס ערליכע אידן האבן געהייסן און זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר אונז, איך ווייס פארוואס איך טו דאס, איך טו עס פאר'ן אייבערשטן, נישט פאר מיין מאמע, שוויגער, און אזוי ווייטער, אבער ביי די נושא וואס הערשט אזא צעמישטקייט אין די גאנצע זאך, עס ווענדט זיך נאר מיט די וועג פון "אונזער משפחה" אבער בעצם איז עס נישט קיין שום איסור, הייסט עס אז איך טו עס נאר ווייל איך אין מיינע אומשטענדן בין מער באגרעניצט, ווייס איך נישט ווי אזוי זיך מחזק צו זיין.


איך שטעל זיך פאר אז פאר אסאך מענטשן מאכט זיי נישט אויס אזוי שטארק אזוי צו אזוי, אבער ביי מיר איז אנדערש, עס ציט מיר יא שטארק די סארט שיינקייט פון א הוילע שייטל, עס מאכט מיר אסאך צער גאר אפט און איך קען נישט אויסגראדן מיינע מחשבות. איך האב שוין גאר אסאך מאל פרובירט צו מסיח דעת זיין פון דעם אבער אלץ קומט עס צוריק און עס שטערט מיר שטארק. איך קען נישט זען וועם אנדערש צו רעדן וועגן דעם. איך האב פרובירט צו זוכן אין פריערדיגע בריוו צו באקומען א קלארקייט איבער די נושא פון גיין מיט א הוילע שייטל, אבער איך האב נישט געטראפן וועגן דעם.


איך בעט אנטשולדיגונג פאר'ן אייך מטריח זיין, און איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיין דער גוטער שליח און איך זאל באמת גענצליך באפרייט ווערן פון דעם גלות הנפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל ביי דעם. איך ווייס פעלער ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויב זיי קענען זיך אנטון אנדערש פון זייער משפחה, א טייל האט מוהרא"ש מדריך געווען אויף יא; מוהרא"ש האט זיי פונקטליך מדריך געווען ווי אזוי זיי זאלן דאס טון, ווי לאנג די שייטל זאל זיין וכו'. אזוי אויך זענען געווען משפחות וואס האבן זיך געוואלט אויסטון די צודעק פונעם שייטל און מוהרא"ש האט זיי מדריך געווען אז זיי קענען דאס טון. און אויך ווייס איך קלארע מעשיות וואס מוהרא"ש האט גע'עצה'ט נישט אויסטון די טיכל, גארנישט משנה זיין, נאר בלייבן מיט די לבוש אזוי ווי די מאמע גייט; דעריבער איז ראטזאם איר זאלט אריבער גיין צו אייער מורה דרך, אדער דיין וועם איר פרעגט אייערע שאלות, און ער וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז האבן א מורה דרך, אן ערליכער איד - וועמען מען פרעגט ביי יעדע טריט און שריט ווי אזוי זיך צו פירן. מען קען גיין מיט א טיכל, מען קען גיין מיט א שייטל; אויב מען לעבט אן א מורה דרך, מען האט נישט קיין וועג ווייזער א דיין אדער רב וכדומה וועם מען פרעגט און מען פאלגט - איז מען א הפקר מענטש און די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אויף די אידישע וועג, און אז מען האט א מורה דרך, מאן און ווייב ביידע אינאיינעם האבן אן ערליכער איד וועם מען פרעגט - דאן איז גוט פאר זיי און גוט פאר זייערע דורות.


דעריבער זאלט איר פרעגן אייער רב, אייער דיין - וואס איר זאלט טון, ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


איין קליינע באמערקונג, דאס וואס דו שרייבסט: "פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? און פארוואס דארף איך מיך מער פלאגן מיט שמירת עיניים ווייל מיין באבע האט זיך אנגעטון א טיכל נאכן קריג?"


וויסן זאלסטו, ווי אזוי דיין ווייב וועט נאר גיין אנגעטון - וועסטו דארפן ארבעטן אויף שמירת עיניים, ווייל די אינגעלייט וואס זייערע ווייבער גייען אנגעטון מיט א שייטל - דארפן אויך ארבעטן אויף שמירת עיניים, די האבן אויך שווערע ביטערע נסיונות. פאר דיר דאכט זיך יעצט אז אויב דיין ווייב וואלט ווען געהאט א שייטל וואלט דיר געווען גרינגער, עס איז נישט אזוי; עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אויף שמירת עיניים ווי אזוי דיין ווייב וועט זיך אנטון, אז דו ווילסט האבן ריינע אויגן - דארפסטו היטן דיינע אויגן, מוהרא"ש ברענגט א מאמר החכם: "אין חוצץ בפני התאוה כעצימת העינים" (עיין ספר חסידים, סוף סימן י), די בעסטע עצה צו באזיגן די תאוה איז אז מען זאל פארמאכן די אויגן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היט דיינע אויגן, אזוי וועסטו זיין צופרידן מיט דיין ווייב, מיט דיין לעבן; דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה) דער אייבערשטער זאגט: "אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", אז דו געבסט מיר דיין הארץ מיט דיינע אויגן - ווייס איך אז דו ביסט מיינער; ווייל חס ושלום אויב מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט עבירות - ווערט מען א חסר דעה, מען ווערט משוגע. אזוי ווי עס שטייט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש טייטשט, דאס מיינט מען אז דער וואס היט נישט די אויגן - ווערט משוגע רחמנא לצלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו; עיין קיצור לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס, אות ה): "רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאות ניאוף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זאל איך טוישן די רבי'שע לבוש פון מיין משפחה?
קליידער, ספיקות, משפחה, תפלות אויף אידיש, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א רבי'ש קינד, און איך גיי מיט שווארצע זאקן ווייל אזוי גייט מיין משפחה, איך האב עס אבער זייער פיינט, איך קען עס ממש נישט ליידן, און איך וואלט זייער געוואלט טוישן צו נארמאלע לאנגע הויזן ווי יעדער איינער.


מעג איך טוישן די לבוש צו זיין אנדערש פון מיין משפחה, און אויב נישט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אז ס'זאל מיר נישט אזוי שטארק שטערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע - צי דו מעגסט אויסטון דיין לבוש, אדער צי דו זאלסט עס אויס אויסטון? מעגן מעגסטו, נישטא קיין הלכה אין דעם, עס איז נישטא א הלכה אז מען מוז גיין האלבע הויזן וכו'; צי דו זאלסט עס אויסטון? - דאס איז שוין עפעס אנדערש, אויף דעם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלסט גיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיט אסאך דאווענען, מיט אסאך התבודדות - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן. דאווענען און התבודדות ארבעט אויס דעם מענטש, עס קלארט אויס דעם מח, אויך נעמט עס אוועק די הייסע בלוט וואס מאכט מחלוקת וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עה): "דְּהִנֵּה, יֵשׁ מִדַּת נִצָּחוֹן וּמַחֲלֹקֶת וּמִלְחָמָה, וּמֵהֵיכָן בָּא מִדָּה זוֹ, מִדָּמִים שֶׁעֲדַיִן לֹא עָבַד בָּהֶם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די מידות פון נצחון, מחלוקת און מלחמות קומט פון די הייסע בלוט וואס דער מענטש האט נאך נישט אויסגעארבעט, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְבַטֵּל מִדַּת הַנִּצָּחוֹן וְהַמַּחֲלֹקֶת", מען דארף אויסארבעטן די בלוט עס זאל זיין ריין פון די אלע תאוות, "וְלִרְדֹּף אַחַר הַשָּׁלוֹם", מען דארף זוכן עס זאל זיין שלום, "וְזֶה זוֹכִין עַל יְדֵי שֶׁיְּדַבֵּר הַרְבֵּה בְּתוֹרָה וּתְפִילָּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לְשָׁלוֹם", דורך תורה און תפילה ווערט דער מענטש אויסגעארבעט פון די אלע שלעכטע תאוות, מען ווערט א צופרידענער מענטש, מען איז בשלום מיט יעדן איינעם און בעיקר מיט זיך אליינס; מען איז צופרידן ווי אזוי מען איז.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט אים געהערט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער יעצט קומט ווינטער, עס גייט זיין זייער קאלט, איך דארף האבן פיינע ווארעמע שטיוול. און אויב הייליגער באשעפער איך דארף עס נישט האבן נעם עס ארויס פון מיין קאפ, מאך איך זאל דאס נישט וועלן"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין משפחה גייט אנגעטון אזוי און אזוי, איך האב נישט ליב די וועג, איך עקל זיך פון דעם; העלף מיר איך זאל וויסן וואס איך האב צו טון, אויב איך זאל דאס אויסטון. און אויב איך זאל בלייבן מיט דעם העלף מיר איך זאל דאס ליב האבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#8 - צושניידן אלטע קליידער, הייסט אז מען פארשעמט זיי?
קליידער, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ספר המדות (בגדים, חלק א, סימן יא): "כל המבזה בגדים, לסוף אינו נהנה מהם", ווער עס פארשעמט קליידער, וועט צום סוף נישט הנאה האבן פון זיי. האב איך געוואלט פרעגן אזוי ווי ביי אסאך משפחות נעמט מען די אלטע אויסגענוצטע קליידער און מען צושנייט עס אויף עטליכע קלענערע שטיקלעך און מען נוצט עס פאר שמאטעס, אויב דאס הייסט פארשעמען קליידער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט פארשעמען קליידער וואס מען נוצט, קליידער וואס מען טוט אן; פון די קליידער רעדט דער רבי. דער מקור איז, די הייליגע חכמים דערציילן (ברכות סב:) דוד המלך האט אפגעשניטן די עק פון שאול המלך'ס קלייד, דעריבער ווען דוד המלך איז עלטער געווארן שטייט (מלכים א' א, א): "וַיְכַסֻּהוּ בַּבְּגָדִים וְלֹא יִחַם לוֹ", מען האט אים צוגעדעקט מיט קליידער און עס האט אים נישט אנגעווארעמט, ווייל ער האט מבזה געווען די קליידער.


קליידער וואס מען נוצט נישט מער, עס שטייט צו ווערן ארויסגעווארפן - מעג מען מאכן פון דעם אנדערע נוצן. אזוי ווי מען האט געטון אין בית המקדש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נא.): "מבלאי מכנסי כהנים ומהמייניהן, מהן היו מפקיעין, ובהן היו מדליקין", מען האט געמאכט פון די אלטע גארטלעך און הויזענעס פון די כהנים קנויטן פאר די מנורה פאר שמחת בית השואבה.


די וועש וואס באקומען לעכער, אז מען קען עס פארנייען - איז גוט, און אז נישט - איז ענדערש זאל מען מאכן פון דעם שמאטעס ווי צו גיין מיט קליידער מיט לעכער; מען טאר נישט גיין מיט לעכערדיגע קליידער, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט נישט צו גיין מיט לעכער אין די קליידער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - פארוואס צערייסן זיך מיינע קליידער זייער שנעל?
קליידער, תפילות אויף אידיש, תשובה, ספר המידות, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך דארף פאררעכטן, איך זע זייער אפט ווען איך באקום שוין ענדליך א נייע קלייד, אדער סיי וואסערע שיינע זאכן אנצוטון, ווערט עס נישט לאנג נאכדעם חרוב, אדער צוריסן אדער פארפלעקט. איך זע דאס לעצטנס מער אפט פון אמאל.


איך בין זיכער אז דער צדיק האט אן עצה פאר יעדן פראבלעם, וואס דארף איך תשובה טון און פאררעכטן אז דאס זאל נישט פאסירן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ענטפערן, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל נישט ברוגז זיין אז איך פרעג אזעלכע נארישקייטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די קליידער, זיי זאלן נישט זיין צעריסן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז): "הַבְּגָדִים יִהְיוּ שְׁלֵמִים תָּמִיד וְלֹא קְרוּעִים", די קליידער זאלן זיין גאנץ און נישט צעריסן, "כִּי הַבְּגָדִים בְּעַצְמָן תּוֹבְעִין אֶת הָאָדָם אִם לֹא נִזְהָר בִּשְׁמִירָתָן לְכַבְּדָן כָּרָאוּי וּלְהַחֲזִיקָן בִּנְקִיּוּת", ווייל די קליידער וועלן מאנען פונעם מענטש פארן זיי נישט האלטן ריין און פארן זיי נישט מכבד זיין.


דער רבי האט א גאנצע סימן אין ספר המידות וועגן 'בגדים', קליידער; עס אזי כדאי צו לערנען דעם סימן און בעטן דעם אייבערשטן ביי יעדע אות. צום ביישפיל אות א' זאגט דער רבי: "בִּגְדֵי אָדָם מְרַמְּזִים עַל מִדּוֹתָיו שֶׁל אָדָם", מען קען זען די נאטורן פונעם מענטש, לויט ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מיט וואס פאר א קליידער; בעט מען דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל אויסארבעטן מיינע מידות, איך זאל זיין איידל און באשיידן, ביז מען וועט קענען זען אויף מיינע קליידער אז איך בין איידל און צניעות'דיג".


אין אות ב' זאגט דער רבי: "מִי שֶׁהוֹלֵךְ יָחֵף, בְּיָדוּעַ שֶׁהוּא חוֹטֵא", זינדיגע מענטשן גיין בארוועס; בעט מען: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, איך וויל תשובה טון, איך וויל נישט גיין בארוועס", און אזוי ווייטער אין אות ד' זאגט דער רבי: "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר לְהִסְתַּכֵּל בְּעֶרְוַת אָבִיו, לְסוֹף שֶׁיֵּלְכוּ בָּנָיו 'עָרוֹם וְיָחֵף'", אויב מען היט נישט די אויגן וכו' - באקומען די קינדער א שטראף אז זיי האבן נישט קיין קליידער; בעט מען: "הייליגער באשעפער היט מיר מיינע אויגן, איך זאל נישט קוקן וכו', מיינע קינדער זאלן נישט געשטראפט ווערן".


אין אות ה' זאגט דער רבי:  "מִי שֶׁאוֹכֵל קֹדֶם הַתְּפִלָּה, הוּא נֶעֱנָשׁ בִּבְגָדִים", אז מען עסט אינדערפרי פארן דאווענען ווערט מען געשטראפט מיט די קליידער; בעט מען: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל גארנישט ארייננעמען אין מויל איידער איך דאווען צו דיר". אין אות ו' זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי גַּאֲוָה נֶעֱנָשׁ בִּבְגָדִים", דורך גאווה באקומט מען אן עונש אויף די קליידער; בעט מען: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך נישט גרויסן אויף קיינעם, איך זאל שטענדיג געדענקען פון דיר און טראכטן פון דיר"; און אזוי ווייטער.


דער רבי האט עצות אויף יעדע זאך, מען דארף לערנען דעם רבינ'ס ספרים און בעטן אויף יעדע זאך מען זאל דאס קענען מקיים זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איז וויכטיג די קליידער זאלן זיין פון רעכטס אויף לינקס?
קליידער, מנהגים, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האב איך זוכה געווען צו ענדיגן יעצט ששה סדרי משנה צום דרייסיגסטן מאל, איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל אמאל זוכה זיין צו דעם, יישר כח פאר אריינברענגען אין מיר א חשק צו לערנען תורה, און אלע אנדערע גוטע זאכן.


איך האב א שאלה צו פרעגן און איך וויל זייער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם. איך האב באשטעלט א וועסטל ביי א פירמע, און זיי האבן געמאכט א טעות און עס גענייט אויף א וועג עס זאל זיך צוקנעפלען פון לינקס אויף רעכטס, אנשטאט פון רעכטס אויף לינקס; זאל איך צאלן עקסטער געלט עס צו פאררעכטן און עס איבערדרייען עס זאל יא זיין פון רעכטס אויף לינקס? אדער איז עס איז נישט אזוי וויכטיג, מען קען עס לאזן אזוי?


בכלל וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ענין צוצומאכן די קליידער דוקא פון רעכטס אויף לינקס, אויב דאס איז טאקע אזא וויכטיגער ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי איז דא א כוונה מיט דעם וואס ערליכע אידן גייען אנגעטון די קליידער רעכטס אויף לינקס. ערשטנס, מיר געפונען אין הייליגן זוהר (מקץ, קצח:): "דבעיא ליה לבר נש, לנטלא ידא ימינא בשמאלא", מען זאל זיך וואשן די רעכטע האנט מיט די לינקע האנט, "בגין לשלטאה ימינא על שמאלא", אז די רעכטע האנט זאל געוועלטיגן אויף די לינקע; ווייל רעכטס איז מרמז אויף חסד און לינקס - אויף דינים, דארף מען שטארקן רעכטס אויף לינקס.


אזוי אויך געפונען מיר אין רמב"ם (פרק ה' מהלכות תפלה ונשיאת כפים, הלכה ד) ווי אזוי מען זאל שטיין ביי שמונה עשרה: "מניח ידיו על לבו, כפותין הימנית על השמאלית", מען זאל לייגן די רעכטע האנט אויף די לינקע האנט, און דער בית יוסף זאגט א טעם אויף דעם (בית יוסף אורח חיים, סימן צה): "רמז להכנעת יצר הרע שהוא נרמז בצד שמאל", דאס איז א סימן פון הכנעה, צו פארדעקן די לינקע, וואס ווייזט אויפ'ן יצר הרע. און אזוי איז ביי אלע זאכן ביי אידישע קינדער, אלעס גייט רעכטס אויף לינקס, אפילו די שריפט, ווי אזוי אידן שרייבן - ברענגט דער הייליגער צדיק דער צמח צדק זכותו יגן עלינו (תשובות, אורח חיים סימן סז) - איז פון רעכטס אויף לינקס, אזוי ווי מיר זעען ביי די עבודה אין בית המקדש איז אלעס געווען מיט די רעכטע האנט, און אזוי אויך די מצוה פון חליצה - איז מיט די רעכטע האנט.


ביי קליידער זאגט דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו (נדפס בספר ילקוט מנחם, מכתב ב): "חדשים מקרב באו, במנהג חדש של גויים", עס האט זיך אריינגעכאפט א נייע מאדע וואס קומט פון די אומות העולם, "שמהפכין ומניחין צד השמאל של הבגדים על צד הימין", אז מען נייט די קליידער - די לינקע זייט זאל זיין אויף די רעכטע, "ובזה מגבירים השמאל על הימין בעוונותינו הרבים", און מיט דעם טוט מען שטארק מאכן די לינקע אויף די רעכטע; איז אודאי זאלסטו פאררעכטן דיין וועסטל עס זאל ליגן די רעכטע זייט אויף די לינקע זייט.


אז מען רעדט שוין פון קליידער, זאלסטו וויסן, דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל גיין אנגעטון ריין, און נישט צעריסענע קליידער. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז; כט): "הבגדים בעצמן תובעין את האדם אם לא נזהר בשמירתן לכבדן כראוי ולהחזיקן בנקיות", די קליידער וועלן מאנען דעם מענטש אויב האט ער האט זיי אנגעטון צעריסענערהייט; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד אויף דעם, שטענדיג גיין אנגעטון ריינע קליידער און נישט קיין צעריסענע קליידער.


א פרייליכן שבת.


 

#5 - זאל איך צוריק אנטון מיין הוט און רעקל לכבוד מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, קליידער, משפחה, משניות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט געגאנגען שבת מיט א הוט און רעקל און אינדערוואכן בין איך געגאנגען מיט קאלירטע קליידער. מיין מאמע האט מיר געבעטן איך זאל צוריק אנטון א הוט און רעקל, און איך האב טאקע צוריק אנגעטון מיין הוט און רעקל אויך אינדערוואכן לכבוד מיין מאמע.


מיינע עלטערע ברידער זענען אבער ליידער פריי, נישט קיין שומרי תורה רחמנא ליצלן, און זיי זענען געווען ביי אונז אויף שבת, און זיי האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון מיר די גאנצע צייט, און עס איז מיר געווען זייער נישט בא'טעמ'ט.


וואס זאל איך טון? זאל איך צוריק אויסטון די הוט און רעקל, ווייל עס איז מיר באמת זייער נישט אנגענעם ווען מיינע ברידער לאכן אפ פון מיר, אדער זאל איך נישט קוקן אויף זייער זייט און מכבד זיין די רצון פון מיין מאמע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע, טו זיך צוריק אן די חסידי'שע קליידער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחי' זיין טאטע מאמע, די שכר וואס דער אייבערשטער באצאלט אויף די וועלט און שפעטער אויף יענע וועלט - ווען מען איז מחי' און משמח טאטע מאמע; ווער רעדט נאך ווען זיי ווילן גוטע זאכן, זיי ווילן זאלסט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס ערליכע אידן גייען - זאלסטו דאס זיכער טון.


שעם זיך נישט פון קיינעם און אויך נישט פון דיינע ברידער. ווער עס לאכט אפ פון א צווייטן איז א סימן פון קנאה; דיינע ברידער לאכן פון דיר ווייל זיי ווילן אויך זיין גוט, טיף אין זייער הארץ ווילן זיי אלע תשובה טון; זאלסטו זיין שטארק און זיך נישט צוטון מאכן פון קיינעם אין די וועלט.


מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג כמה פרקים משניות - אפילו בלי הבנה כלל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה", נאר זאגן די ווערטער; דאס וועט דיר געבן כח צו זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - גיין צו די עלטערן אנגעטון ווי זיי ווילן
שלום בית, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, קליידער, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל די חיזוק פאר פרויען, וואס איז מיר זייער מחזק און העלפט מיר אסאך אין לעבן. איך ווארט יעדע וואך אויף דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה", עס איז ממש מחי' נפשות, איך טרעף דארט ענטפערס אויף פילע פון מיינע שאלות אין לעבן.


ווען מיר עסן שבת ביי מיינע עלטערן, טו איך זיך אן געהעריג, אבער איך טו זיך נישט אן די שייטל, ווייל מיין טאטע איז נישט מסכים אז עס זאל אריינקומען א שייטל ביי אים אין שטוב, זייט מען האט אנגעהויבן צו מאכן דא א גרויסע טומל קעגן שייטלעך, איז ער זייער שטארק קעגן דעם, און דעריבער גיי איך נישט אהין מיט'ן שייטל.


אבער איך האב געזען לעצטנס א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א פרוי אז ווען מען גייט ארויס זאל מען זיך אנטון נארמאל ווי עס פאסט, ווייל דער מאן וויל זען זיין ווייב שיין אנגעטון. איז מיין שאלה אויב איך זאל יא אהינגיין אנגעטון מיט'ן שייטל און ערשט דארט זיך טוישן צו א סנוד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאטע וויל נישט איר זאלט קומען צו אים אין שטוב מיט א שייטל איז דאך קלאר וואס איר האט צו טון; מאכט אים א נחת רוח און גייט צו אים אין שטוב ווי אזוי ער וויל.


מען רעדט באופן כללי, ווען מען גייט ארויס פון שטוב איז גוט צו גיין אנגעטון; ווען מען איז שיין אנגעטון ווערט מען מכובד אין דעם מאן'ס אויגן.


ווען איר גייט צו אייערע עלטערן זאלט איר זיי מאכן א נחת רוח; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי פרייליך מאכן עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - דארף מען יא אכטונג געבן אויף קליידער, אדער נישט?
קליידער, פירושים, סיפורי מעשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפלה (סיפורי מעשיות, מעשה י"ב) "און אויף קליידער האבן זיי גארנישט געקוקט, ווי מ'גייט גייט מען", מיר ווייסן דאך אז דער רבי האט יא זייער מקפיד געווען אז מען זאל גיין נאר מיט ריינע און גאנצע קליידער, נישט גיין צעריסן און שמוציג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז מסביר (נהרי אפרסמון שם) אז דאס איז וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ק): "'וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ', שֶׁהַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אַחֲרָא תּוֹפֶסֶת אֶת הָאָדָם בְּבִגְדוֹ, דְּהַיְנוּ שֶׁמַּטְרִיד אוֹתוֹ בְּטִרְדַת בְּגָדָיו וּמַלְבּוּשָׁיו", דער יצר הרע פארנארט דעם מענטש מיט זיינע קליידער, ער מאכט אים פארנומען מיט די קליידער, "כִּי טִרְדַּת הִצְטָרְכוּת מַלְבּוּשִׁים וּבְגָדִים שֶׁל אָדָם הֵם מְבַלְבְּלִין מְאֹד אֶת הָאָדָם וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ עַל יְדֵי זֶה מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, מען ווערט פארנומען מיט די קליידער. "וְזֶהוּ 'וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ'", דאס איז וואס שטייט ביי יוסף הצדיק, דער יצר הרע האט אים געוואלט כאפן אין זיין נעץ דורך זיינע קליידער, "אַךְ מִי שֶׁהוּא בַּעַל נֶפֶשׁ וְלִבּוֹ חָזָק בַּה', אֵינוֹ מַשְׁגִּיחַ גַּם עַל זֶה, אַף עַל פִּי שֶׁאֵין לוֹ בֶּגֶד לִלְבּשׁ, אַף עַל פִּי כֵן אֵינוֹ מַטְרִיד עַצְמוֹ בָּזֶה וְאֵינוֹ רוֹצֶה לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְבַלְבֵּל בָּזֶה", אבער ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן - דער קוקט נישט אויף די זאכן, אפילו ער זאל נישט האבן קיין קליידער - ווערט ער נישט אפגעשוואכט פון דינען דעם אייבערשטן, דאס שטייט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, טו-טז): "וַיַּנַּח בִּגְדוֹ אֶצְלָהּ וַיָּנָס", וְכוּ', ער האט איבערגעלאזט די קליידער, ער האט נישט געקוקט אויף דעם, ער האט געדינט דעם אייבערשטן.


מען דארף גיין אנגעטון זויבער ריין, אויך דארף מען אכטונג געבן נישט גיין מיט צעריסענע קליידער, אבער נישט אריינטון דעם קאפ אין וויאזוי צו גיין אנגעטון, מיט וואס פאר א קליידער, נאר זיך אריינטון אין תפילה, אין שירות ותשבחות צום אייבערשטן; נאר דאס איז דער תכלית.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#2 - וואס מיינט דאס אז מיין זון גייט אוועק פון אונזער וועג און וויל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם, קינדער, קליידער, חסידות ברסלב, ראש השנה, חסידות, חברים, מניעות, התנגדות, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון זאגט מיר אז ער פארט קיין אומאן, ער זאגט אז דער ברסלב'ער רבי האט געהייסן פארן ראש השנה קיין אומאן, און אלע שטערונגען זענען נאר מניעות, און מ'דארף אלעס צעברעכן און איבערקומען און יא פארן קיין אומאן.


דאס טוט מיר באמת זייער וויי, אויב איך - זיין טאטע - וויל נישט ער זאל פארן, בין איך דער יצר הרע?! קיינער קען גארנישט אריינרעדן?! קיינער האט נישט קיין אויטאריטעט אויף אים?! ער מעג זיך טון וואס ער וויל?!


און נישט נאר ער אליין, ער וויל נאר אויפווייזן פאר די גאנצע משפחה אז יעדער לעבט אין א טעות, אלעס איז גארנישט ווערד, נאר ברסלב איז די אמת'ע וועג. איז דאס ריכטיג? נישטא קיין ערליכע אידן אויף דער וועלט? איז דאס די ברסלב'ע וועג, אוועקצומאכן יעדן איינעם, קיינער איז נישט גוט, נאר זיי זענען גוט?!


לעצטנס איז ער זיך געגאנגען קויפן א געבלומטע בעקיטשע; איז דאס אויך ברסלב? אוועקצואווארפן די בגדים וואס זיין טאטע האט אים אנגעטון?


איך קוק עס אן ווי סתם פריקת עול, מ'וויל אראפווארפן פון זיך דעם עול פון די עלטערן און פון די רבי'ס, און זיך זוכן נייע וועגן, עס איז א פריקת עול מיט א הכשר למהדרין.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה מסביר זיין וואס דא גייט פאר, איז טאקע נאר ברסלב די וועג? ווער ס'האלט אנדערש איז דער יצר הרע און דער שטן אליין? איז דא נארמאלערע וועגן ווי אזוי צו מעסטן און וועגן זאכן,  אדער מוז די גאנצע וועלט זיך אונטערבייגן פאר ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


די ערשטע שאלה וואס דו פרעגסט, דיין זון זאגט דיר אז אלע דארפן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פרעגסטו אויב דו דארפסט אויך קומען קיין אומאן ראש השנה; וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלסטו קומען אויף ראש השנה, נאכדעם וואס מען הערט פון א צדיק אמת ווי ער זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו) אז ער קען יעדן איינעם מתקן זיין ראש השנה; אפילו די וואס ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן; נאך האט ער געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענען תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה, - איז דאך א דבר פשוט אז מען דארף קומען.


א מענטש וואס האט אביסל אמונת חכמים, ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון א צדיק אמת - טראכט ער נישט קיין סאך, ער קומט גלייך קיין אומאן, ווער דארף דען נישט א גרויסער לויער וואס זאל אים פארטיידיגן ביים יום הדין ווען מען איז אים דן, אים מיט די גאנצע משפחה; זיין לעבן, די לעבן פון די משפחה, זיין פרנסה; אלעס אלעס איז מען דן ראש השנה.


אז דו ווילסט נישט קומען, דו פארשטייסט נישט די זאך פון אומאן - זאלסטו אבער נישט שטערן דיין זון פון קומען; אז דיין זון וויל קומען צום הייליגן רבי'ן זאלסטו אים מחזק זיין, ווייז אים אז דו פרייסט זיך אז ער וויל זיין גוט, ער זוכט א גוטע פלאץ וואו צו זיין ראש השנה.


איך פארשטיי פון די פראגע אז דו האסט נישט קיין הנאה אז דיין זון ציט צו ברסלב, דו ווילסט ער זאל געהערן ביי דיין חסידות; וויסן זאלסטו, דו מאכסט א גרויסער טעות; נישט נאר דו, נאר אסאך מאכן דעם טעות מיט דעם וואס זיי רודפ'ן זייער קינד ווען זייער קינד גייט אויף אן אנדערע וועג ווי זיי.


ווען מען זעט א קינד ציט צו א גוטע פלאץ, ער הייבט זיך אן דרייען מיט א גוטע חבורה פון א געוויסע חסידות, אדער ער ציט צו א ישיבה פון אן אנדערע אפשטאם ווי די עלטערן קומען – הייבן די טאטעס אן רודפ'ן זייער זון 'היתכן דו ביסט משנה פון די דרך פון דיינע עלטערן?' מען שטעכט אים, מען מאכט חוזק, מען טשעפעט אים אז מען האט נישט געהאלטן פון די חסידים, אדער פון די ליטווישע וועג; מען סטראשעט דעם קינד ער זאל נישט גיין אויף די וועג, מען קריגט זיך מיט אים, ביז עס ווערט א ריזיגער פייער אין די גאנצע משפחה און די עלטערן ווערן קראנק פון דעם.


דאס איז אלעס פון קטנות הדעת, מען טראכט נישט אריין וואס דא פאסירט; דער טאטע זאל נאר טראכטן איין מינוט אין טאג 'וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד חס ושלום חס ושלום גייט ארויס לתרבות רעה? וואס וואלט איך געטון ווען חס ושלום חס ושלום ער עסט טריפות און איז מחלל שבת וכו' וכו'? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד קומט אהיים מיט לאנגע גרויסע האר ווי א שד רחמנא לצלן? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד אנטלויפט אינגאנצן פון מיר, איך גיי אים שוין קיינמאל נישט זען, ער האט חתונה מיט גוים רחמנא לצלן? אזוי ווי מען הערט ליידער אזעלכע שרעקליכע מעשיות ביי חשוב'ע שטובער; יעצט ווען מיין קינד איז ערליך, עס איז אריין אין אים א רוח טהרה, ער זוכט עפעס פאר זיין נשמה, ער דריידט זיך ביי א געוויסע חסידות אדער ער ציט צו א ליטווישע ישיבה וואס שטימט נישט מיט מיין מח, צוליב דעם זאל איך אים רודפ'ן און אים שלאגן מכות רצח און מכות אכזריות?!' עס איז דאך נישטא קיין גרעסערע שטות פון דעם.


עלטערן דארפן טאנצן פאר שמחה ווען זיי זעען זייער קינד וויל זיין גוט, זיי דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז זייער קינד איז א איד און וועט בלייבן א איד, זיי וועלן האבן א קדיש זאגער נאך זיך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (בראשית רבה מט, ד): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בֵּן יָגֵעַ בַּתּוֹרָה כְּאִלּוּ לֹא מֵת", ווער עס לאזט איבער א קינד וואס לערנט תורה, ווערט עס גערעכנט כאילו מען איז נישט געשטארבן; ווי גליקליך איז דער מענטש אויבן אין הימל ווען ער לאזט איבער קינדער וואס גייען על דרך התורה.


דעריבער פרעג איך דיר, פארוואס זאלסטו זיך מאכן אומזיסטע עגמת נפש און צער? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א זון וואס חבר'ט זיך מיט ערליכע אידן, א זון וואס גייט אין די וועג פון די הייליגע תורה; לאז אים אפ, לאז אים גיין וואו זיין הארץ ציט אים; ער גייט דאך נאר צו גוטע פלעצער, ער וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, ער וויל פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון באקומען דעם תיקון וואס דער רבי האט מבטיח געווען, פארוואס זאלסטו אים שטערן?!


דו פרעגסט, אויב א טאטע לאזט נישט פארן זיין זון קיין אומאן אויב דער טאטע ווערט א חלק פונעם יצר הרע? א גוטע שאלה פרעגסטו; דאס איז זיכער, אז א טאטע וואס לאזט נישט זיין קינד גיין צום הייליגן רבי'ן איז א גרויסער שוטה, ווייל וואס ווילן דען עלטערן? נאר נחת, זען ווי די קינדער גייען אין די וועג פון די תורה; וואלטן זיי געדארפט טאנצן פאר שמחה אז זייער זון איז אנגעקומען צו א הייליגע חבורה. דו מיינסט אז ברסלב איז א שלעכטע פלאץ? ברסלב'ער חסידים זענען גרויסע צדיקים, ברסלב'ער חסידים לעבן טאג און נאכט מיט'ן אייבערשטן, זיי זענען זיך מתבודד, זיי זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים פון פריערדיגע דורות.


אזוי ווי דיר זענען דא צענדליגער עלטערן וואס עסן זיך אויף זייער הארץ ווען זיי דערוויסן זיך אז זייער קינד גייט קיין אומאן און דריידט זיך מיט ברסלב'ער חסידים, מען האקט אפ מיט דעם קינד, מען איז אים מבזה, מען פארגיסט זיין בלוט, אלעס נאר ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין קינד איז ערליך און וואויל, ער איז אנגעקומען אין אזא הייליגע פלאץ.


בנוגע די בעקיטשע וכו'; מן הסתם ווייסט נישט דיין זון אז אין ברסלב איז נישטא קיין וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מען דארף זיך נישט טוישן די לבוש פון דאס וואס מען גייט, אלע קומען צום רבי'ן אזוי ווי זיי גייען אנגעטון, נישטא קיין ספעציעלע וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון אין ברסלב; אבער דיר מוז איך זאגן אז דו דארפסט פאררעכטן די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף דיין קינד, אז מען טוט זיך אן א געבלומטע בעקיטשע אנשטאט א זיידענע בעקיטשע - ווערט מען נאכנישט קיין הפקר יונג; זאלסט מיר מוחל זיין, דעם לשון וואס דו שרייבסט אז דאס איז: "פריקת עול עם הכשר מהדרין", די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף אידישקייט איז פארדריידט.


אויף די פראגע אויב נאר ברסלב איז די וועג; אויף דעם וועל איך דיר נישט ענטפערן, אבער אויף די אנדערע פראגע, אויב די מתנגדים וואס האלטן צוריק פון מקורב ווערן קיין ברסלב זענען כולו רע, אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן 'יא'; די אלע וואס רעדן קעגן דעם הייליגן רבי'ן, די אלע וואס האלטן צוריק מענטשן פון מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן - די אלע זענען איין שטיק רע. דער רבי זאגט שוין דאס (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים, לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה - זיי קריגן אויף צדיקים; דאס זעט מען נישט נאר ביים רבי'ן נאר אין אלע פלעצער און אין אלע דורות, נאר בעלי עבירה האבן די עזות צו רעדן קעגן צדיקים, אוועק מאכן זייערע ווערטער.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מעג מען אנטון דענים דזשינס קליידער פאר קינדער?
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, קליידער, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים פאר פרויען, איך האב זייער הנאה.


איך וויל פרעגן וועגן דענים דזשינס קליידער, אויב מ'מעג דאס אנטון פאר בעביס, און וואס טוט זיך אין פאל וואס עס איז נאר דער קאליר פון דענים, דזשינס, און נישט די עכטע סחורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס דארף מען אנטון די קליידער? פארוואס זאל מען נישט אנטון די קינדער איידל?!


איך פארשטיי נישט די שאלה; איר ווילט וויסן אויב מען מעג על פי הלכה? מען קען זאגן אז על פי הלכה איז עס אפשר נישט קיין פראבלעם, די שאלה איז פארוואס זאלן עלטערן וועלן אנטון די קינדער ווי די גוים? וואס איז די תאוה אז די קינדער זאלן אויסקוקן ווי די גוים? עפעס מוז זיין מיט די עלטערן.


דענים און דזשינס איז שיין?! דענים און דזשינס איז בכלל נישט שיין, שיין און זיס איז וואס אידן טוען אן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה א, כח; מדרש לקח טוב שמות ו, ו) אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין מצרים בזכות וואס זיי האבן זיך נישט אנגעטון אזוי ווי די גוים, בזכות וואס זיי האבן זיך נישט געגעבן נעמען ווי די גוים און אז זיי האבן נישט גערעדט ווי די גוים.


טוט אן אייערע קינדער פשוט, טוט זיי אן איידל, טוט זיי אן אידיש – וועט איר זען נחת פון זיי. בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, פארוואס וויל איך אנטון מיינע קינדער מיט סטיילס אזוי ווי די גוים גייען? רבונו של עולם וואס איז מיט מיר? העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיין גוים און אויף די וואס פירן זיך ווי די גוים; העלף מיר איך זאל זיין ריין. איך וויל זיין אן ערליכער איד, האבן ערליכע קינדער און נאר וועלן גיין ווי די ערליכע אידן".


נעמט א תהילים, זאגט א קאפיטל תהילים מיט הייסע טרערן; בעטס פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.