תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געזען לעצטנס ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט עטליכע מאל אז די עצה אויפצושטיין פרי, איז צו גיין שלאפן פרי.
איך האב געוואלט פרעגן וואס מיינט גיין שלאפן 'פרי', ווייל איך האב פרובירט צו גיין שלאפן עטליכע טעג בערך אום עלף אזייגער, אבער איך בין נאכאלץ נישט אויפגעשטאנען צייטליך, האב איך געטראכט אפשר דארף איך גיין שלאפן נאך פריער.
איך שעם זיך צו פרעגן אזא שאלה, אבער וואס קען איך טון, תורה הוא וללמוד אני צריך, איך וויל וויסן וואס איז ריכטיג צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זייער גוט טוסטו אז דו לייגסט זיך פרי שלאפן, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין אין צייט.
אז מען גייט שלאפן שפעט און נאר אפאר טעג גייט מען שלאפן פרי - איז דאס נישט גענוג צו קענען אויפשטיין אין צייט, מען דארף אנהאלטן א שטיק צייט, נאר אזוי קען מען אויפשטיין פרי.
דער עיקר זאלסטו ליינען קריאת שמע איידער דו גייסט שלאפן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", דער וואס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן, גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; דער יצר הרע, דער מלאך המזיק ווערט אויס דורך קריאת שמע שעל המיטה, ער האט מורא פון דעם. נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן, און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקים, און נאך זאגן זיי (ברכות ח:), רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'אישע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, די ערשטע פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.
אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין ביים גיין שלאפן, רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אין בעט, און אזוי זאלסטו איינשלאפן. דוד המלך האט אזוי געטון, ער האט געשמועסט ביים גיין שלאפן און ביים אויפשטיין מיטן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ו, ז): "אַשְׂחֶה בְּכָל לַיְלָה מִטָּתִי", איך שמועס מיט דיר רבונו של עולם אין בעט; אזוי איז די שלאף א הייליגע שלאף, און בעט זאלסט קענען אויפשטיין פרי דינען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.