שאלה אין קורצן ענין
#22 - פארוואס ביים גיין שלאפן פאלט אויף מיר ארויף א דעפרעסיע?
תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן מיך ארויסנעמען פון מיין ענקזייעטי, זייט איך האב גענומען די משניות מיט א שטארקייט, פיל איך אסאך בעסער.


איין זאך וואס שטערט מיך נאך איז אז ווען עס קומט ביינאכט און איך טראכט אז באלד דארף מען שוין גיין שלאפן פאלט מיר יעדן טאג ארויף א דעפרעסיע און איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס. ברוך ה' א גאנצן טאג בין איך פיין, ווען עס קומט אבער די צייט פאר'ן גיין שלאפן ווער איך זייער דעפרעסט. פארשטייט זיך אז עס זענען דא טעג ווען עס איז בעסער און עס איז דא טעג וואס איז ערגער, דאס איז אבער וואס חזר'ט זיך איבער כמעט יעדן טאג, און דאס איז גורם אז איך זאל גיין שלאפן זייער שפעט ווייל איך וויל נישט טראכטן פון שלאפן נאר ווען עס איז שוין זייער שפעט און איך האב שוין נישט קיין ברירה דעמאלט גיי איך אריין אין בעט. וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראבלעמען פון גיין שלאפן שפעט און פון אויפשטיין שפעט קומט פון עצבות און מרה שחורה, פון א טיפע דערביטערטקייט; דעריבער זאלסטו זיך פארלייגן אויף די איין זאך, פארלייג זיך צו זיין פרייליך. בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, וועסטו נישט האבן די אלע פראבלעמען.


דא האסטו א שיינע תפילה צו בעטן אויף שמחה:


"רבונו של עולם, דערבארעמדיגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר, דערבארעם זיך אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל טאנצן פאר שמחה, איך זאל זיין פרייליך אין אלע מיינע ביינער, אין אלע מיינע אדערן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל דיך שטענדיג שפירן. איך האב אזויפיל געזינדיגט אז איך זע דיך נישט און איך טראכט נישט פון דיר, איך פארגעס פון דיר אייבערשטער און דאס מאכט מיך זיין טרויעריג און ביטער, דאס מאכט איך זאל זיין בעצבות ומרה שחורה. בעט איך דיר ליבער טאטע, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן קיין איין סעקונדע פון דיר און איך זאל זיין פרייליך. איך זאל זיך פרייען מיט דעם אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען מיט מיינע מצוות וואס איך טו. העלף מיר טאטע איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל קענען פרייליך מאכן אנדערע, ביז איך וועל שוין זיין אזוי פרייליך אז איך וועל שוין גארנישט וועלן, נאר ווערן איינס מיט דיר אייבערשטער, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - איז דא אן עצה גרינגער איינצושלאפן?
אמונה, סגולות, שלאפן, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך לעצטנס געפערליך מיט'ן שלאפן, עס איז מיר זייער שווער איינצושלאפן, און איך שלאף נישט קיין נעכט. אסאך מאל האב איך אזא לחץ אז איך מוז מארגן אויפשטיין פרי, אז דאס אליין מאכט אז איך זאל נישט קענען איינשלאפן.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם אריין אין דיר אמונה - וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע צרות. ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך, מען לעבט מיט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער - דעמאלט ווערט ליכטיג, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", אלע טונקלקייטן גייען אוועק.


עס איז דא א סגולה פון רבי'ן צו קענען איינשלאפן, מען זאל טראכטן פון תחיית המתים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן, זאל טראכטן פון תחיית המתים; אבער עס הערט זיך פון דיין פראגע אז דו אליינס מאכסט זיך דער פראבלעם, דו צווינגסט זיך צו שלאפן, דאס האלט אפ דעם שלאפן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תלא): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִישֹׁן וְאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן", ווער עס וויל שלאפן און קען נישט איינשלאפן, "הָעֵצָה לָזֶה לְבַל לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ כָּל כָּךְ לִישֹׁן", - זאל זיך נישט צווינגען איינצושלאפן, "כִּי כָּל מַה שֶּׁמַּכְרִיחַ עַצְמוֹ יוֹתֵר לִישֹׁן, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר מְנִיעוֹת הַשֵּׁנָה", ווייל ווי מער מען צווינגט זיך איינצושלאפן - אלץ שווערער וועט זיין דאס איינשלאפן. "וְעִנְיָן זֶה גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם לִבְלִי לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר", אזוי גייט עס מיט יעדע זאך, מען זאל זיך נישט צעקוועטשן פון גארנישט, "כִּי כָּל מַה שֶּׁמַּכְרִיחִין עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר לְאֵיזֶה דָּבָר, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר הַהֶפֶךְ דַּיְקָא", ווייל ווי מער מען קוועטשט זיך עס זאל זיין אזוי און אזוי - ווערט נאר פארקערט, עיין שם.


דו קענסט נישט שלאפן פון לחץ, דו טראכסט א גאנצן צייט: 'ווען גיי איך שוין איינשלאפן?' דו פייניגסט זיך: 'פארוואס שלאף איך נאכאלץ נישט?!' 'אויב איך וועל נישט שלאפן - וועל איך נישט קענען אנגיין וכו' וכו''; דו פייניגסט זיך, דו שלאגסט זיך מיט מחשבות, דאס לאזט דיר נישט אנגיין מיט'ן לעבן.


פאלג דעם רבי'ן, הער אויף זיך דרוקן; אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו ליגן אין בעט מיט פארמאכטע אויגן. מען דארף נישט שלאפן, עס וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט נישט שלאפן; ליגן אין בעט - רוט אויך אויס. דער רבי זאגט, ליגן אין בעט מיט פארמאכטע אויגן איז אזוי ווי שלאפן, עס געבט כח, מען ווערט אויסגערוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וואס טוט מען מיט'ן דאווענען, ווען מ'שטייט אויף שפעט?
דאווענען, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיר מחי' מיט די שיעורים און בריוו. איך זע אז איר רעדט זייער שטארק פון דאווענען שחרית פאר חצות, ווי איך פארשטיי פון אייך איז אז נאך חצות מעג מען שוין נישט דאווענען. איך שטיי אסאך מאל אויף נאך חצות, וויל איך וויסן אויב איז עס טאקע אזוי אז מען טאר שוין נישט דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז שחרית, מנחה, מעריב - דאס האלט דעם איד ביי אידישקייט, אז מען הייבט אן מזלזל זיין אין די דריי תפילות - איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. מוהרא"ש האט זייער אסאך גע'חזר'ט מיט אונז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל.


די הייליגע חכמים האבן אונז אוועקגעשטעלט צייטן ווען צו דאווענען די דריי תפילות, פון ווען מען קען דאווענען די דריי תפילות און ביז ווען מען קען זיי דאווענען; תפילת שחרית קען מען דאווענען שפעטסטנס ביז חצות, נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז א ברכה לבטלה.


ווען גייסטו שלאפן? גיי שלאפן צייטליך - וועסטו אויפשטיין אין צייט, אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו קודם גיין דאווענען; נישטא אזא זאך אויפשטיין נאך חצות, א איד דארף דאווענען אינדערפרי, און אז מען איז מיד קען מען זיך צוריק לייגן שלאפן נאכן דאווענען.


אז דו וועסט זיין שטארק אין די דריי תפילות, דו וועסט גיין אין שול דאווענען מיט מנין - וועסטו זוכה זיין צו השגחה, דער אייבערשטער וועט דיר געבן אלעס וואס דו באגערסט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) אָמַר רַבִּי יִצְחָק: "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת", ווער עס קומט אין שול יעדן טאג, "וְלֹא בָא יוֹם אֶחָד", און ער פארפעלט איין טאג צו קומען דאווענען, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", פרעגט דער אייבערשטער: "וואו איז דער מענטש? פארוואס איז ער נישט דא?" אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, י): מִי בָכֶם יְרֵא ה' שֹׁמֵעַ בְּקוֹל עַבְדּוֹ אֲשֶׁר הָלַךְ חֲשֵׁכִים וְאֵין נֹגַהּ לוֹ, יִבְטַח בְּשֵׁם ה' וְיִשָּׁעֵן בֵּאלֹקָיו, "אִם לִדְבַר מִצְוָה הָלַךְ", אויב איז ער פארנומען מיט א מצוה - "נֹגַהּ לוֹ", וועט אים ליכטיג ווערן, "וְאִם לִדְבַר הָרְשׁוּת הָלַךְ", און אויב איז ער נישט געקומען אין שול דאווענען ווייל ער איז פארנומען מיט זייטיגע זאכן - "אֵין נֹגַהּ לוֹ", וועט ער בלייבן אין פינסטערניש, ער וועט נישט מצליח זיין, "יִבְטַח בְּשֵׁם ה'", פארוואס? "מִשּׁוּם דְּהֲוָה לֵיהּ לִבְטוֹחַ בְּשֵׁם ה' וְלֹא בָּטַח", ווייל ער וואלט ווען געדארפט קומען אין שול און זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#19 - ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אויפצושטיין פרי און דאווענען מיט מנין?
שלום בית, שלאפן, מנין, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן געווארן ברוך ה', איך וויל זיך נעמען אין די האנט אריין און אנהויבן א נארמאלער סדר היום. איך בין צוגעוואוינט אויפצושטיין גאר שפעט, און לכבוד דעם קומט מיר אויס צו דאווענען אסאך מאל ביחידות.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן התחזקות אויף אויפשטיין פרי און דאווענען מיט מנין?


יישר כח פאר די שיעורים און בריוו וואס זענען מיר זייער מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט זיך צאמנעמען און זיך מאכן א סדר היום; בפרט ווען דו האלסט יעצט פאר דיין חתונה, איז דאס נאך מער וויכטיג, ווייל עס איז זייער נישט באקוועם פאר די ווייב ווען דער מאן שלאפט ביז אין טאג אריין.


זייער אסאך פראבלעמען קומען פון דעם אז דער מאן שלאפט אריין אין טאג ביז שפעט; קען זיין ער וועט דורכדעם פארלירן זיין חשיבות וכו'. ווער רעדט נאך ווען די ווייב שטייט אויף אינדערפרי און גייט צום ארבעט, זי וויל העלפן איר מאן מיט פרנסה און ווען זי זעט טאג איין טאג אויס ווי ער שלאפט אריין אין טאג, קען מען פארלירן דאס חן און חשיבות.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך; מיט תפילה וועסטו עס באווייזן.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון גיין שלאפן שפעט?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שלאפן, תפלות אויף אידיש, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין פאר קלענערע מיידלעך, און בזכות אייערע שיעורים, ובפרט די געוואלדיגע חינוך שיעורים, האב א געוואלדיגע הצלחה אין מיין עבודת הקודש, און איך פרובירט אריינצולייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, ליבשאפט צו אידישע קינדער, יראת שמים, און בעיקר תפלה והתבודדות. איך שעפ נחת צו זען ווען איך מאך א גורל, ווי אלע קינדער בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן געווינען. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך.


איך האב איין פראבלעם אז ביינאכט גיי איך שלאפן זייער שפעט, איך האב אסאך זאכן צוצוגרייטן פאר די קומענדיגע טאג אין שולע, און אויך מאך איך התבודדות א שעה צייט יעדע נאכט, און עס קומט אויס אז איך גיי שלאפן זייער שפעט, און איך שלאפ דאס מערסטע 5 ביז 6 שעה א נאכט, וואס אטאמאטיש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן דעם פולסטן הרחבת הדעת דעם קומענדיגן טאג.


וויפיל איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל גיין שלאפן פרי, איז מיר עס נאך נישט געלונגען. און נאכ'ן הערן אויף די ווארעמע חינוך-שמועסן אז מלמדים דארפן גיין שלאפן פרי, מאך איך שטעדיג אפ ביי מיר דאס צו טון, אבער אן ערפאלג. איך בעט כסדר פאר'ן שלאפן גיין אז דער הנותן ליעף כח זאל מיר געבן כוחות למעלה מדרך הטבע און כ'זע ווי דאס העלפט מיר דורכשטופן דעם טאג בחסדי ה', אבער ביי מיר ווייס איך דאך קלאר, אז איך טו נישט ריכטיג. דערפאר וויל איך בעטן אויב ס'איז נאך דא א וועג איך זאל מיך אפגעוואוינען פון דעם שלעכטן געוואוינהייט.


אגב, זייט איך האב געזען צווישן די בריוו ווי איר ברענגט אראפ פאר א בחור א הארציגע תפילה פון מוהרא"ש למציאות הזיווג, האב איך דאס ארויסגעדרוקט, און איך זאג עס אויך. מיין שאלה איז אויב איז דא א באזונדערע תפילה פאר מיידלעך אדער קומט עס אויס אויפ'ן זעלבן?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


 ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א לערערין פאר מיידלעך, זיי מחנך זיין אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס; בפרט קליינע קינדער וואס דעמאלט זענען זיי נאך זייער תמימות'דיג, זיי נעמען אן און שלינגען יעדעס ווארט וואס זיי הערן.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט אזא הייליגע ארבעט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די הימל; ער האט אן א שיעור זכותים, אזוי סאך וויפיל שטערנס עס איז דא אין די גאנצע וועלט.


א לערערין דארף גוט עסן און גוט שלאפן אזוי ווי די הלכה איז (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט כדי ער זאל נישט זיין מיד און דאס זעלבע איז מיט א לערערין; אויב מען איז מיד, מען איז נישט געשלאפן געהעריג, ווערט מען שנעלער אויפגערעגט חס ושלום, מען קען צוקומען צו וויי טון די קינדער וכו'; דאס זעלבע איז מיט עסן, אויב מען עסט נישט געהעריג, מען איז הונגעריג, קען מען חס ושלום ווערן אנגעצויגן אויף די קינדער. דארפט איר זייער אכטונג געבן צו גיין שלאפן פרי כדי איר זאלט זיין גוט אויסגערוט, אזוי וועט דער גאנצער טאג אייך גיין גרינגער.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין זיווג שנעל און גרינג, העלף מיר איך זאל באקומען א מאן א צדיק, א מאן וואס וועט לעבן מיט דיר און מיט די תורה; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל חתונה האבן מיט אן ערליכער בחור וואס לעבט מיט א צדיק און גייט אין די וועגן פון א צדיק, און אויב עס איז מיר אנגעשריבן חס ושלום א מאן אן עשיו בעט איך דיר אייבערשטער זאלסט מיר טוישן מיין שידוך און מיר געבן א יעקב אבינו.


הייליגע באשעפער איך ווייס און איך גלייב אז תפילה קען טוישן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען איבערדרייען א שידוך; בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל באקומען א וואוילער מאן וואס וועט מיר מחזק זיין, מיר פרייליך מאכן און מיר וועלן אויפשטעלן אינאיינעם א שיינע שטוב".


אינעם זכות וואס איר וועט לערנען מיט די קינדער, איר וועט נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער וואס זענען ארעם אדער רייך, איר וועט נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן די קינדער וואס גייען אנגעטון טייער אדער ביליג, בזכות וואס איר וועט אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - וועלכע שטיקלעך פון קריאת שמע און תיקון חצות לאזט מען אויס שבת ויום טוב?
שלאפן, תיקון חצות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב יעצט מסיים געווען גאנץ ירושלמי, אויסער די פילע שיעורים און סיומים וואס איך לערן כסדר. איך לויב און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר אז איך האב באקומען די נומער פון "קול ברסלב" און איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, און פון דעמאלט בין איך געווארן צוגעקלעבט צו די הייליגע תורה.


איך וויל פרעגן איבער קריאת שמע שעל המטה של האריז"ל און תיקון חצות, וועלכע שטיקלעך מ'זאגט נישט אום שבת, יום טוב, און ראש חודש. און אויך אויב מ'מעג זאגן תיקון חצות פאר חצות, און אויב יא פון וויפיל אזייגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל ליינען קריאת שמע שעל המיטה על פי נוסח אריז"ל און זאגן דעם סדר הוידוי, ווייל רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


אז מען איז זיך מתוודה פאר'ן שלאפן ווייסט מען אז מען וועט צוריק געבן די נשמה מיט תשובה, ווייל ווער ווייסט דען צו היינט איז די לעצטע נאכט וואס מען האט נאך אין לעבן, אפשר וועט דער אייבערשטער צוריק נעמען די נשמה אינמיטן שלאפן; וועט זיין א טובה פאר די נשמה אז מען האט זיך מתוודה געווען פאר'ן שלאפן גיין.


בנוגע זאגן וידוי שבת וכו'; שבת און יום טוב זאגט מען נישט קיין וידוי, מען זאגט נאר די ערשטע חלק פון קריאת שמע ביז "כי אתה ה' מחסי"; אבער אז א מענטש טראכט ביי זיך: 'אפשר איז היינט מיין לעצטע טאג?' ער גייט שלאפן מיט די מחשבה" 'אפשר גיי איך יעצט צוריק צום אייבערשטן?' דעמאלט איז עפעס אנדערש, אזא איינער קען זאגן יעדע נאכט וידוי, נישט קיין חילוק שבת אדער אינדערוואכן, און אזוי האט זיך מוהרא"ש געפירט, ער האט שטעדנדיג געזאגט וידוי פאר'ן גיין שלאפן; ווייל ווען מען לעבט מיט אזא מחשבה איז נישט קיין חילוק שבת אדער אינדערוואכן. וואויל איז דעם וואס לעבט מיט תכלית, ער ווייסט און געדענקט אז איין טאג וועט מען מוזן צוריק גיין צום אייבערשטן.


בנוגע חצות וכו'; מוהרא"ש זאגט אז היינטיגע צייטן זענען רוב מענטשן סיי ווי אויף ביי די צייט פון חצות, היינט ווען עס איז דא לעקטער האלט מען זיך אויף ביז שפעט, איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען שטענדיג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פאר מען גייט שלאפן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#16 - ביי קריאת שמע שעל המטה דארף מען ליינען אלע דריי פרשיות?
שלאפן, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ביי קריאת שמע שעל המטה אויב מען דארף ליינען אלע דריי פרשיות אדער איז גענוג די ערשטע פרשה? איך זע אז עס איז דא סידורים וואס לייגן אלע דריי, און ביי אנדערע סידורים איז דא נאר די ערשטע, וויל איך וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס נעמט נישט לאנג צו ליינען קריאת שמע של האריז"ל, די דריי פרשיות פון קריאת שמע און זיך מתודה זיין אויף אלעס וואס מען האט פוגם געווען. רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב): ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות, איז זיכער זאלסט ליינען אלע דריי פרשות.


דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער מען זאל מזלזל זיין אין קריאת שמע שעל המיטה ווייל דאס הרג'ט אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", דער וואס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן, גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; דער יצר הרע, דער מלאך המזיק ווערט אויס דורך קריאת שמע שעל המיטה, ער האט מורא פון דעם. נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקים.


נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווען דארף מען לייגן שלאפן די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ב"ה צוויי קינדערלעך, מיין ווייב וויל זיי לייגן שלאפן זיבן אזייגער פארנאכטס, און איך האלט אז זיי קענען נאך זיין אויף פאר נאך א שעה. למעשה ווען זי לייגט זיי שלאפן פרי שלאפן זיי נישט איין גלייך, זיי הויבן אן פארפירן, און מיין ווייב ווערט נערוועז און הויבט אן שרייען אויף זיי, און צום סוף שלאפן זיין איין יעדע נאכט מיט געוויינערייען און שרייערייען. וואס איז דער ריכטיגער וועג זיך צו פירן מיט זיי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קינדער דארפן האבן א שטרענגע סדר, בפרט גאר קליינע קינדער - זיי דארפן האבן א סדר צו גיין שלאפן פרי. פארשטייט זיך אז די קינדער פון זייער זייט ווילן נישט גיין שלאפן, ווייל דאס איז די נאטור ביי אלע קינדער, זיי ווילן שפרינגען, טאנצן וכו'; דארפן די עלטערן זיין זייער שטארק און שטרענג אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי אין צייט. ווען די קינדער זעען ווי טאטע מאמע ווייסן וואס זיי ווילן, ביי זיי איז א ווארט א ווארט, הייבן זיי אן פאלגן אן קיין וויינען און אן קיין פארפירן.


מיש זיך נישט אריין אין די שטוב ווירטשאפט, לאז דיין ווייב פירן די שטוב; דו זאלסט איר נאר זען צו העלפן, זיי איר מחזק און מאך איר פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעְלָהּ מְשַּׂמְחָהּ", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו מגדל זיין שיינע דורות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): אז מען מאכט פרייליך די ווייב, מען לעבט בשלום - איז מען זוכה צו קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען האט זיך פיינט זאגט דער רבי (שם, סימן נו) פארלירט מען לא עלינו די קינדער.


לייג שלאפן דיינע קינדער פרי וועסטו קענען גיין שלאפן מיט דיין ווייב פרי. שטיי אויף פארטאגס און זינג קאפיטלעך תהילים וועסטו זוכה זיין צו שיינע דורות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", אז מען זינגט צום אייבערשטן שירות ותשבחות פארטאגס איז דאס מסוגל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#14 - מעג מען געבן צדקה ביינאכט?
תפילה והתבודדות, שלאפן, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב וועל איך פרובירן אראפצושרייבן מיינע טיפע געפילן און שבחים אויף די געוואלדיגע שיעורים, פול מיט חכמה, מדות טובות, און יראת שמים, וועל איך אנפילן גאנצע בלעטער און נאכאלץ נישט ענדיגן, וועל איך צוגיין גלייך צו מיין פראגע.


איך בין א מיידל און איך בין א לערערין פאר יונגע קינדער, און ווען איך האב אן איבריגע מינוט הער איך אויס די שיעורים, און דאס געבט מיר די חיזוק און די עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, די עלטערן און די הנהלה זענען זייער צופרידן פון מיין ארבעט און צוגאנג צו די קינדער, און זיי ווייסן נישט אז עס קומט נאר פון די שיעורים, איך גיי נישט אריין אין קלאס איידער איך הער אביסל אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך הער אסאך מאל אויך די גמרא שיעורים, און איך מיש אויף צום סוף צו הערן וועגן חינוך, האב איך איין טאג געהערט אינמיטן מישן א גמרא שיעור אז ביינאכט זאל מען נישט געבן צדקה ווייל דעמאלט איז די צייט פון די שדים. איך האב א מנהג, זייט איך האב געהערט אז דער רבי האט אלס קינד צעטיילט די מטבעות אויף אסאך פרוטות צו געבן אסאך צדקה, צו לייגן יעדן טאג א פרוטה אין די פושקע איינמאל אינדערפרי מיט א תפלה אויפ'ן טאג מצליח צו זיין, און סוף טאג פאר'ן ליינען קריאת שמע שעל המטה לייג איך נאך א פרוטה, און איך דאנק דעם אייבערשטן פאר'ן טאג. זאל איך אויפהערן צו געבן צדקה ביינאכט?


אגב פיר איך זיך צו רעדן צום אייבערשטן יעדע נאכט פאר'ן ליינען קריאת שמע, און איך זע קלאר ווי דער אייבערשטער הערט צו מיינע תפלות און העלפט מיר זייער אסאך, יעצט טראכט איך אבער אז אפשר איז ביינאכט נישט די ריכטיגע צייט פאר דעם? אבער למעשה האב איך נישט קיין אנדערע צייט ווען דאס צו טון מיט א רואיגקייט.


דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע געבן צדקה ביינאכט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פאה ח, ח) אז רבי חנינא בר פפא פלעגט טיילן צדקה ביינאכט, איינמאל האט אים דער שר פון די שדים געטראפן און אים געפרעגט: "עס שטייט דאך אין די תורה (דברים יט, יד): 'לֹא תַסִּיג גְּבוּל רֵעֲךָ' ביינאכט איז א צייט וואס באלאנגט פאר די שדים, נאכט איז נישט א צייט פאר מענטשן, פארוואס קומסטו אריין אין מיין פלאץ?" האט אים רבי חנינא גענטפערט: "עס שטייט (משלי כא, יא): 'מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף', אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס", ווען דער שד האט דאס געהערט האט ער זיך איינגעבויגן און אנטלאפן. פון דא איז דער מקור אז מען געבט נישט צדקה ביינאכט, מיט דעם אלעם זעט מען בפירוש אינעם פסוק, "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז ווער עס געבט צדקה שטילערהייט נעמט אוועק אלע שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכטס טון דעם מענטש.


מוהרא"ש זאגט נאך בשם צדיקים, אז אפילו עס ווערט געברענגט אין די פוסקים מען זאל נישט געבן צדקה ביינאכט, זאגן צדיקים אז עס איז כדאי צו באקומען אלע עונשים ווי איידער צו פארשעמען אן ארימאן ווען ער בעט צדקה, מיט'ן אים זאגן: "ביינאכט געבט מען נישט צדקה"; מיר דארפן מקיים זיין וואס רבי חנינא האט געענטפערט פארן ש-ד (משלי כא, יא): "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכט טון דעם מענטש ווערן אויס, בטל ומבוטל.


זייטס ממשיך צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן מג): "מִי שֶׁמְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמוֹ בַּלַּיְלָה לְמִדַּת אֱמוּנָה, נִמְתָּק מֵעָלָיו הַדִּין", ווער עס נעמט אריין אין זיך ביינאכט די אמונה, נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים; זייט זיך מתבודד ביינאכט, שמועסטס מיטן אייבערשטן, דערציילטס אים אלעס פון אייער טאג וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#13 - וואס טו איך אז איך שפיר ווי א חוזק מיט מיינע תפלות?
התחזקות, תפילה והתבודדות, שלאפן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך שטארק זיך ב"ה זייער אינעם סדר דרך הלימוד, איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג, און פרוביר זיך צו שטארקן אין קדושה.


איך מוטשע זיך זייער מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיונות, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם אבער איך שפיר ווי איך מאך חוזק פונעם אייבערשטן חס ושלום, ווייל איך בעט יעדן טאג און איך פאל נאכאמאל דורך יעדן טאג, וואס קען איך טון דערצו?


אויך האב איך א פראבלעם אז איך שטיי אויף זייער שפעט, וויפיל איך פרוביר מיט אלע מיטלען, מיט וועקער-זייגערס וכדומה, אויפצושטיין פרי גייט עס מיר נישט, און דאס מאכט מיר אויך שווער צו רעדן צום אייבערשטן, איך שפיר ווי דער אייבערשטער זאגט מיר, 'גיי צוריק שלאפן, שטיי אויף מארגן צופרי ווי א נארמאלער מענטש, און דעמאלט זאלסטו קומען רעדן צו מיר'.


איך מוז האבן אן עצה צו קענען אויפשטיין נארמאל אינדערפרי.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט נישט אויף און דו בעטסט נאכאמאל און נאכאמאל אויף שמירת עיניים.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק אז דו בעטסט יעדן טאג דעם אייבערשטן און דו זאגסט צו פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט זיין ערליך און נאכדעם פאלסטו נאכאמאל אראפ; אזוי גייט עס אין עבודת השם, מען פאלט אראפ און מען הייבט זיך אויף, מען פאלט נאכאמאל און מען הייבט זיך אויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע, מען שפירט ווי מען זינקט איין און מען גייט זיך אט אט דערטרענקען גייט מען א פוס אריין, א פוס ארויס, א פוס אריין און א פוס ארויס - ביז מען קומט אן אינדרויסן, מען בלייבט נישט שטיין מיט ביידע פיס"; אזוי אויך ווען מען פאלט אראפ אין עבירות און מען ווערט נכשל און קוקן עבירות, מען קוקט אויף אלע שמוץ און אלע טומאות, נאכדעם קומט מען צו די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דארף מען שרייען צום אייבערשטן: "טאטע ראטעווע מיר!" אן א שיעור מאל, און געדענקען: "א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס", ביז מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק ווייל אזוי גייט עס אין עבודת השם, מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו'; דער חילוק איז אז די צדיקים שטארקן זיך און זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס.


איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן און נישט אפלאזן די זאך פון תפילה, און דו זאלסט ווייטער בעטן אויף שמירת עיניים אפילו דו האלטסט אין איין פאלן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט איך זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער: "מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף, מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף"; דאס איז די שיינקייט פון א איד, אז ער הייבט זיך אויף שטענדיג און ער גייט אן, נישט נאכלאזן און אויפגעבן.


בנוגע זיך צוריק לייגן שלאפן וכו'; עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס ווען ער פלעגט אויפשטיין שפעט האט ער געזאגט צו זיך מיט שמחה: "פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד"; אין דעם ליגט א שטארקע חכמה, אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן און זאגן: "פון מארגן וועל איך זיין א נארמאלער מענטש", נאר פון יעצט וועל איך דינען דעם אייבערשטן.


נאכאמאל: "א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ וכו', א שטארקער מענטש איז דער וואס הייבט זיך אויף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#12 - ווי אזוי קען איך אויפשטיין פרי?
שלום בית, שמחה, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך האב ב"ה א גוט לעבן מיט א גוטע שלום בית, אבער ס'דא איין זאך וואס שטערט מיר די שלום בית, און דאס איז אז ס'איז מיר זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי. וויפיל איך פראביר אלע מיטלען, וועט עס העלפן אפשר פאר איין טאג, און נאכדעם גייט עס צוריק צום אלטן.


איך האב אן ארבעט, מוז איך אויפשטיין אין צייט צו די ארבעט. ווען איך שטיי אויף לויף איך גלייך צו די ארבעט, און שפעטער ביי הפסקה גיי איך שנעל דאווענען.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן עצות און חיזוק איבער דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין עיקר פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך טאנצט ער ארויס אינדערפרי פון בעט און לויפט אין שול דאווענען, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות און מרה שחורה'דיג דעמאלט וויל מען נישט אויפשטיין, מען בלייבט שלאפן ביז שפעט אין טאג אריין. נאכדעם ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז עס איז שוין שפעט ווערט מען נאך מער ברוגז אויף זיך און מען לייגט זיך צוריק שלאפן וכו'.


זאלסטו זען מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און בעט דעם אייבערשטן אויף דעם; מוהרא"ש זאגט אז דער עיקר אויף וואס מען דארף מתפלל זיין און ארבעטן – איז אויף צו זיין פרייליך, ווייל אויב מען איז פרייליך גייט אלעס ווי עס דארף צו זיין, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות איז דער גאנצער לעבן נישט ווערד.


איך שיק דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ דַאנְק דִיר 'שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי' - אַז אִיךְ בִּין אַ אִיד אוּן נִישְׁט קַיין גּוֹי! אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אוּן פַאר מַיין גֶעזוּנְט. אִיךְ דַאנְק דִיר בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף יֶעדֶע פְּרַט בַּאזוּנְדֶער; פַאר מַיין וַוייבּ, פַאר מַיינֶע קִינְדֶער, דוּ בִּיסְט אַזוֹי גוּט צוּ מִיר.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אַז עֶס זָאל מִיר אָנְקוּמֶען גְרִינְג אוֹיפְצוּשְׁטֵיין; עֶס אִיז מִיר מַמָּשׁ אוּמְמֶעגְלִיךְ אוֹיפְצוּשְׁטֵיין אִינְדֶערְפְרִי. אִיךְ הָאבּ נִישְׁט קַיין חֵשֶׁק אַרוֹיס צוּ קוּמֶען פוּן בֶּעט, אוּן נָאכְדֶעם וֶוען אִיךְ שְׁטֵיי שׁוֹין אוֹיף הָאבּ אִיךְ נִישְׁט קַיין צַייט צוּ גֵיין דַאוֶוענֶען אִיךְ לוֹיף גְלַייךְ אַרְבֶּעטְן; דָאס אַלֶעס אִיז אַ שְׁפִּיל פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע וָואס וִויל מִיר צוּנֶעמֶען מַיין אִידִישְׁקַייט, מַיין טַלִּית וּתְּפִילִין. עֶר וַוארְפְט מִיר אַרָאפּ אִין עַצְבוּת, עֶר רֶעדְט מִיר אַיין אַז דוּ בִּיסְט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן עֶר בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין מִיר מַחְשָׁבוֹת זָרוֹת כְּאִילוּ אִיךְ בִּין שׁוֹין פַארְפַאלְן, אַז אִיךְ קֶען שׁוֹין נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן אוּן אַז מַיין תּוֹרָה אוּן מִצְוֹות גֵייעֶן צוּ דִי סִטְרָא אַחֲרָא. דָאס מַאכְט מִיר זֵייעֶר צֶעבְּרָאכְן אוּן אִיז גוֹרֵם אַז אִיךְ בְּלַייבְּן אִין בֶּעט שְׁלָאפְן.


הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל וִויסְן אַז דָאס אַלֶעס קוּמְט פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע, וַוייל בֶּאֱמֶת הָאסְטוּ מִיר זֵייעֶר לִיבּ אוּן דוּ וַוארְסְט אוֹיף מַיין תּוֹרָה וּתְּפִילָה; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז אֲפִילוּ אִיךְ הָאבּ גֶעזִינְדִיגְט קֶען אִיךְ תְּשׁוּבָה טוּן, אַזוֹי וֶועל אִיךְ אוֹיפְשְׁטֵיין פְרִי, אִיךְ וֶועל לוֹיפְן אִין מִקְוָה אוּן נָאכְדֶעם וֶועל אִיךְ גֵיין לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען.


נֶעם אָן מַיין גֶעבֶּעט אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים; אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן - רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איר קענט מיר געבן חיזוק אויף ליינען קריאת שמע שעל המטה?
התחזקות, שלאפן, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות, יעדע גוטע זאך וואס איך טו, איז נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל זייער ליינען יעדע נאכט קריאת שמע שעל המטה, אבער ס'קומט מיר אן זייער שווער, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן אביסל דברי התעוררות און חיזוק אויף דעם ענין.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס נעמט נישט לאנג צו ליינען קריאת שמע; דאס גאנצע קריאת שמע ליינען נעמט אינגאנצן אפאר מינוט.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט ווי חשוב קריאת שמע שעל המטה איז, וואלט מען מער נזהר געווען אין דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקין; זאלסטו פון היינט ליינען קריאת שמע שעל המיטה וועסטו אוועק נעמען אלע שלעכט פון דיר. אויך זאלסטו זיך מתודה זיין ביים ליינען קריאת שמע (אזוי ווי עס איז געדרוקט אינעם נוסח האריז"ל) ווייל רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך דערביי מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


ברכת המפיל זאגט מען גלייך פאר מען ליינט קריאת שמע אזוי ווי עס איז געדרוקט אין סידור עת רצון.


אויך זאלסטו מקפיד זיין אויף נעגל וואסער, ווייל נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט.


עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


מענטשן מיינען אז נעגל וואסער איז א מנהג וכו' דערפאר איז מען מזלזל אין דעם, אבער דער אמת איז אז עס איז זייער וויכטיג זיך צו וואשן נעגל וואסער. דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) אז בשעת א מענטש שלאפט און זיין נשמה גייט ארויף קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק און דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים, אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה, דאס זאלסטו בעטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען צו ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן. העלף מיר איך זאל מיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד.


הייליגער באשעפער, יעדע נאכט ווער איך אזוי פויל, איך דריי מיר אהער און אהין, איך פארברען די נאכט מיט נארישקייטן און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט אן קריאת שמע און אן נעגל וואסער; העלף מיר אייבערשטער איך זאל מיך קענען צוזאמנעמען צו גיין שלאפן צייטליך, מיט יראת שמים. העלף  מיר אז איך זאל זיך מתודה זיין פאר איך גיי שלאפן און איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפן יצר הרע וואס מאכט מיר טראכטן: 'מארגן'; 'מארגן וועל איך ליינען קריאת שמע'; 'מארגן וועל איך טון וואס איך דארף יעצט טון'; הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טראכטן פון תכלית, אז עס קען זיין אז היינט איז מיין לעצטע טאג בזה העולם, וועל איך ליינען קריאת שמע און זיך מתודה זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - פארוואס דארף איך שלאפן אזוי סאך?
התחזקות, רפואה, צדיקים, שמחה, שלאפן, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז אויב איך גיי שלאפן פרי און איך שלאף אכט שעה ביינאכט, שפיר איך נאכדעם גוט א גאנצע טאג; אויב אבער גיי איך שלאפן שפעט, אדער שלאף איך ווייניגער פון אכט שעה, שפיר איך שוין נישט אזוי הונדערט פראצענט גוט.


פון די אנדערע זייט וויל איך אבער זייער שטארק לערנען ביינאכט, זיך מער באפלייסן אין לערנען ביינאכט, בפרט אז ביינאכט איז מער רואיג, אסאך גדולי ישראל האבן מתמיד געווען ביי נאכט, אויך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש שרייבט אבער אסאך מאל נישט צו זיין קיין אויבער חכם, מען זאל היטן די שלאף.


אפשר דאס אז איך דארף שלאפן אזוי סאך איז ווייל איך בין זייער מגושם? איך בין זייער צעמישט מיט דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, ער האט זיי מחזק געווען זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות אפילו עס גייט נישט ווי מען וויל וכו'; אינמיטן האט זיך רבי נתן צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; רבי נתן האט נישט אויסגערומט די צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות דורך ווייניג שלאפן וכו', נאר צוליב זייער התחזקות; ווייל דאס איז די סוד פון די צדיקים, זיי האבן זיך דערהאלטן, זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן און זיך נישט געלאזט צעברעכן פון גארנישט.


מאך נישט נאך די צדיקים מיט ווייניג שלאפן און ווייניג עסן, מיר דארפן נאכמאכן די צדיקים מיט זייער שמחה און זייער התחזקות, ווי זיי זענען זיך מחזק; אפילו זיי שפירן ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען איז זיי מרחק דערהאלטן זיי זיך, ווי זיי האבן געשפירט אין איין טאג טויזנט מאל א טעם פון שטארבן און דאך זענען זיי נישט אוועק געגאנגען פונעם אייבערשטן, מיט דעם דארף מען זיי נאכמאכן.


עס און שלאף אבער היט די צייט, איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער, דער עיקר דארף מען היטן די צייט און זיך נישט איבערשטרענגען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן אז קודם זאל זיין גוף זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, און נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען - דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, קומט ער צו אים ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, און ער פארדרייט אים דעם קאפ אז ער זאל פאסטן און טון סיגופים וכו' וכו'. פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ער ווערט שוואך, און ער בלייבט ליגן אין בעט אן קיין כח, ער קען נישט נישט דאווענען און נישט לערנען, און אזוי האט ער אים געכאפט אין זיין פאסטקע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - מעג מען רעדן צום אייבערשטן נאך די ברכה פון המפיל?
הלכה, תפילה והתבודדות, צדיקים, שלאפן, שאלות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט האב איך געוואלט זיך זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און בריוו און גליונות וואס זענען אזוי מחזק. ווען איך שפיר זיך צעבראכן, אנטלויף איך צו די שיעורים, און דאס געבט מיר אזויפיל כח.


אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א האב זיך זוכה געווען מקורב צו ווערן צו היכל הקודש, אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, זיך מתבודד זיין, מכבד זיין מיינע עלטערן, דאווענען אסאך, זאגן תהלים, און נאך אזויפיל זאכן, און ספעציעל זיך צו קענען דערהאלטן אין שווערע צייטן ווען איך שפיר אזוי צעבראכן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען מען זאגט די קריאת שמע שעל המטה של האריז"ל, אזוי ווי עס שטייט אינעם סידור פון מוהרא"ש, וואס מען זאגט דארט אויך די ברכה פון המפיל, אויב מען מעג נאכדעם זיך מתבודד זיין און רעדן צום אייבערשטן ווען מען גייט אריין אין בעט ביז מען שלאפט איין, אדער טאר מען שוין גארנישט רעדן נאך המפיל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


 ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי גוט ווען מען איז מקורב צום צדיק, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט ווי מען איז ארומגענומען מיטן אייבערשטן, דער צדיק לערנט אונז וואס צו טון בעת צרה, מען זאל אנטלויפן צום אייבערשטן; ווען עס גייט אריבער שווערע טעג - זאל מען זיך נישט פארלירן, נאר זיך באהאלטן ביים אייבערשטן, רעדן מיט אים און שמועסן מיט אים, עס איז אזוי גוט ווען מען האט א צדיק, עס איז אזוי געשמאק מיטן הייליגן רבי'ן.


מען מעג שמועסן מיטן אייבערשטן נאך קריאת שמע און ברכת המפיל; אדרבה, דאס איז די בעסטע וועג איינצושלאפן, רעדנדיג צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, אז מען שלאפט איין אינמיטן זיך מתבודד זיין - איז דאס אן אנדערע סארט שלאף, א הייליגע שלאף.


נאך האט דער גרויסער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן געזאגט, אז מען שלאפט איין אינמיטן רעדן צום אייבערשטן זאגט מען נישט "איך גיי שלאפן", נאר "איך גיי רעדן צום אייבערשטן, און אינמיטן בין איך איינגעשלאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - מעג מען לערנען ליגנדיג?
הלכה, לימוד התורה, שלאפן, דף גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז א דאנק די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך זוכה צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


מאכט זיך אסאך מאל אז איך האב גאר א פארנומענע טאג, און ביינאכט ווען איך גיי שוין שלאפן דערמאן איך זיך אז איך האב נאך היינט גארנישט געלערנט, איך בין אבער שוין זייער מיד און אויסגעמוטשעט, און איך האב נישט קיין כח צו זיצן אויפ'ן בענקל ביים טיש, און די איינציגסטע וועג פאר מיר צו לערנען איז צו לערנען ליגנדיג אויפ'ן בעט, אז נישט וועל איך בכלל נישט לערנען יענעם טאג.


איז דאס אויסגעהאלטן צו לערנען גמרא, משנה, הלכה, ליגנדיג אין בעט, אדער פאסט עס נישט צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט לערנען אזוי. קוק נאך אין שאלות ותשובות תורה לשמה (שאלה שסז), איינער פרעגט די זעלבע פראגע, אויב מען מעג לערנען די הייליגע תורה ליגנדיג, אויב עס איז דרך ארץ'דיג; ברענגט דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו אין די תשובה, א ראי' פון וואס די גמרא זאגט (זבחים ה.): "רָמֵי רֵישׁ לָקִישׁ עַל מְּעוֹהִי בֵּי מִדְרָשָׁא", ריש לקיש איז געליגן אויפן בויך אין בית המדרש און געפרעגט א שאלה אין לערנען, זאגט דער בן איש חי, וואס דארף די גמרא זאגן אז ריש לקיש איז געלעגן? נאר אונז צו לערנען אז אויב אמאל איז מען אויסגעמוטשעט - מעג מען לערנען ליגנדיג. ער זאגט אבער: "אַךְ לֹא יַתְמִיד בָּזֶה", מען זאל זיך נישט אזוי צוגעוואוינען צו טון, מען זאל לערנען מיט דרך ארץ; נאר אויב מען איז זייער אפגעמאטערט און אויסגעמוטשעט - קען מען לערנען אזוי.


לערן מיט מסירת נפש, אפילו ביסט מיד און אויסגעמאטערט; בפרט א בלאט גמרא בכל יום, דער בלאט גמרא זאל זיין ביי דיר אזוי שטארק און אזוי וויכטיג - אזוי ווי לייגן טלית און תפילין. מוהרא"ש ברענגט פון הגאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו (הובא בסוף ספר יש נוחלין): "א בלאט גמרא דארף זיין אזוי שטארק ביים מענטש, אזוי ווי מען טוט אן תפילין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7 - ווען דער זמן איז שפעט, זאל מען לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה?
שבת קודש, חינוך הילדים, שבת טיש, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא ביי אונז אין לאנדאן ווערט דער זמן מוצאי שבת בערך 10:20 ביינאכט, און ביז איך קום אהיים פון שול איז שוין א האלבע שעה שפעטער, עס ווערט זייער שפעט פאר די קינדער, און זיי גייען שלאפן נאך איידער איך קום אן אהיים, איז דאס ריכטיג?


אויך פרייטאג צו נאכטס איז דא דעם פראבלעם, איך דאווען ביי די פלג המנחה, און עס קומט אויס אז מ'הויבט אן די סעודה א פערטל צו צען ביינאכט, מיין ווייב זאגט אז דאס וואס די קינדער זענען אויף אזוי שפעט מאכט זיי צעמישט, און זיי זענען מיד שבת אינדערפרי, און דעריבער וויל זי לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה. זי איז גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט איז מיר שווער צו מאכן די סעודה אן די קינדער ביים טיש.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען קען נישט אויפהאלטן קינדער אזוי שפעט אין די נאכט אריין; קינדער דארפן זיין אויסגערוט, קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט זיי לייגן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג פאר עטליכע שעה, אזוי אויך לייג זיי שלאפן שבת נאכמיטאג פאר אפאר שעה, אזוי וועלן זיי קענען מיטהאלטן די סעודות שבת.


מוהרא"ש זאגט, די סעודות שבת איז א יסוד פאר חינוך הבנים והבנות; ביי די שבת סעודות קען מען אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, דעמאלט איז די ריכטיגע צייט זיי אויפצובויען; א שאד זיי זאלן נישט מיטהאלטן די הייליגע סעודות, זיי זאלן גיין שלאפן, אדער זיין מיד און ווילד.


דער הייליגער מונקאטשער רב זכותו יגן עלינו ברענגט אן אינטערעסאנטע זאך (דברי תורה ט, אות יג) בשם דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "איך וואונדער זיך פארוואס עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן ערב שבת", פרעגט דער הייליגער מנחת אלעזר (שם): "וואס איז פשט פון די ווערטער 'עס וואלט ווען געדארפט שטיין אין די עשרת הדברות' וואס איז נישט גענוג עס זאל שטיין אין די תורה?" ענטפערט ער, ווייל נאר ווען מען שלאפט ערב שבת קען מען מאכן א שיינע סעודה, זינגען זמירות, אביסל לערנען פאר די סעודה און נאך די סעודה, אז נישט שלאפט מען איין ביי די סעודה, מען זינגט נישט קיין זמירות, מען רעדט נישט מיט די קינדער.


ביי מיין טאטע שליט"א זענען מיר אזוי מחונך געווארן, די גאנצע שטוב מקטן ועד גדול - אלע האבן זיך אראפגעלייגט, מיין טאטע פלעגט זיין זייער שטרענג ביי דעם. ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר נישט פארשטאנען וואס עפעס מוזן מיר שלאפן, ווייסט דאך אז קינדער ווילן נישט שלאפן; היינט פארשטיי איך דאס, ווען איך זע ביי אסאך שטובער לייגט מען די קינדער שלאפן אינמיטן די סעודה, און איך דערמאן זיך אונזערע הערליכע סעודות שבת, ווי אלע קינדער זענען געזיצן אויסגערוט, מיר האבן געווארט א גאנצע וואך פאר די שבת סעודות.


און אזוי פיר איך זיך, ביי אונז גייען אלע קינדער שלאפן סיי ערב שבת מען זאל קענען זיין אויסגערוט ביי די סעודות, און שבת נאכמיטאג, מען זאל קענען זיין אפגעהיטן און קענען מיט האלטן שלש סעודות, הבדלה און מלוה מלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווען איז בעסער צו רעדן צום אייבערשטן, אינדערפרי אדער ביינאכט?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, שלאפן, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס איך מוטשע זיך צו רעדן צום אייבערשטן צופרי, ביינאכט איז מיר גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן. איך האב אייביג געהאט אז ביינאכט איז מיר גרינגער ארויסגעקומען מיינע תפילות, אבער לעצטנס טרעף איך זיך צופרי ממש איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע תפילה, איך קען פשוט נישט טראכטן פון אן אנדערע זאך צו רעדן אדער בעטן.


איך האב געזען אין ספה"ק ישמח משה (פרשת פקודי עה"פ כי ענן ה'), שטייט דארט "והנה הדרך להתבודד עם קונו הוא מסוגל יותר בלילה", האב איך געטראכט אז אפשר האט שוין דער הייליגער ישמח משה מרגיש געווען אז ביינאכט רעדט זיך בעסער צום אייבערשטן.


איך הער אבער אייביג ביים שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז די ערשטע זאך אינדערפרי זאל מען רעדן צום אייבערשטן, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן דעם גאנצען ענין, ווען איז די ריכטיגע צייט צו רעדן צום אייבערשטן?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן אסאך הצלחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס שיינט דיר; אז דיר איז גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט - זאלסטו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט, זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט. מוהרא"ש זאגט, די אלע וואס האבן אן אויסגעדרייטע סדר, זיי זענען אויף ביינאכט - זאלן לערנען ביינאכט, זיך נישט צעברעכן אז מען קען נישט אויפשטיין באצייטנס; יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין סדר, ווי אזוי עס ארבעט מיט אים.


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות; יעדע נאכט איז ער געבליבן שלאפן - מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן. איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, און ווען דער גוי איז אים געקומען וועקן, האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט', פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין.


אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט; ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט, איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה - ער האט געבעטן דעם גוי אז ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט ביז ער קומט ארויס, פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער, און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט". פלעגט ער טאקע אויפשטיין, ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווי לאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם אז יעדער איינער האט זיין וועג אין עבודת השם; איינער דארף שלאפן מער און איינער ווייניגער, איינעם איז גרינג ביינאכט זיך מתבודד זיין, א צווייטער איז גרינגער אינדערפרי; דער עיקר איז דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס מאכט נאס?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, בזיונות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיין זון איז זיבן יאר אלט, און ער מאכט יעדע נאכט נאס, וואס איז די עצה?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל האבן כח ממשיך צו זיין. דער ראש ישיבה ראטעוועט מיין עתיד אויף די וועלט און יענע וועלט, איך האף איך זאל אייביג בלייבן ביי די שכל און עס געדענקן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זייער אכטונג ער זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, די געשוויסטער דארפן נישט מיט האלטן, ווייל די זאך פון נאס מאכן גייט אריבער מיט די צייט, ווען מען ווערט עלטער - גייט דאס אוועק; אבער די אנדערע זאך, די זאך פון ווערן פארשעמט און צעקלאפט - דאס איז א זאך וואס בלייבט דעם גאנצן לעבן, עס מאכט חרוב דעם עתיד.


ווערט נישט פארלוירן אז ער דערוועקט זיך נישט, עס איז א זאך וואס פאסירט ביי אסאך קינדער. איך האב דאס געהאט ביי מיינע קינדער, איך האב זיי מחזק געווען זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און תפילה העלפט, תפילה טוישט די טבע, תפילה איז די שטערקסטע זאך; מען דארף נאר האבן סבלנות, מען דארף בעטן און ווארטן, און בעטן און ווארטן - ביז מען זעט די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס טו איך אז מיין מאן גייט שלאפן שפעט, און שטייט נישט אויף פארטאגס?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שלאפן, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן איז מקורב געווארן צו "היכל הקודש" בערך פאר א יאר, און זייט דעמאלט איז ער דבוק אין דער ראש ישיבה און אין אלע הייליגע ספרי ברסלב, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם.


דער פראבלעם איז אז יעדע נאכט ווען ער קומט אהיים נאך א גאנצע טאג זיין אין כולל באזעצט ער זיך און הייבט אן לערנען אלע ספרי ברסלב ביז זייער שפעט ביינאכט און דאס איז גורם אז ער קען נישט אויפשטיין באצייטנס צו גיין אין כולל.


מיין שאלה איז צי איך דארף אים יאגן, מזרז זיין און זאגן אז עס איז שוין שפעט? (ער טראגט נישט קיין זייגער און אסאך מאל ווען איך זאג אים די זייגער ווערט ער ממש דערשראקן, ווי אזוי קען זיין אז עס איז אריבער די צייט אזוי שנעל? דאס מיינט אז אויב איך זאג אים נישט - קען ער זיצן אפילו ביז איינס אזייגער ביינאכט און אפילו אפשר מער).


נאך א זאך וואס איך וויל פרעגן, אינדערפרי שטעלט ער זיך אן א וועקער זייגער, אבער וויבאלד ער איז מיד, איז אנשטאט די וועקער זייגער זאל אים אויפוועקן, וועקט עס אויף מיך מיט די בעבי און דעמאלט ווער איך אויפגערעגט, ווייל די בעבי וויל נישט צוריק איינשלאפן, האק איך אפ די וועקער זייגער און דעמאלט קען ער זיכער נישט אויפשטיין. און אויב פרוביר איך אים אויפצואוועקן דויערט עס זייער אסאך צייט, און אויך רעגט ער זיך אויף מיר און שרייט (נישט פאר דוקא, נאר אינמיטן שלאף): "לאז מיר אפ! לאז מיר שלאפן!"


אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר - וועל איך זיין זייער דאנקבאר.


נ.ב. איך וויל צולייגן אז אויך עמאציאנאל איז מיר זייער שווער אים צו זען שלאפן ביז שפעט, ווייל ביי מיין טאטע אין שטוב האבן אלע "אויפגעוועקט די זון", קומט אויס אז איך בין מזלזל אין אים צוליב'ן אויפשטיין שפעט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז א פראבלעם? אז דער מאן זיצט ביינאכט אין שטוב און לערנט די הייליגע תורה איז א פראבלעם?! איר זענט דאך די גליקליכסטע פרוי אויף די וועלט! איך וואונטש פאר אלעמען אזעלכע פראבלעמען, זיי זאלן האבן זייערע מענער אין שטוב ביינאכט זאלן לערנען די הייליגע תורה.


ווען איר וואלט ווען געשריבן אז איר ווייסט נישט וואס צו טון, אייער מאן קומט נישט אהיים ביינאכט, איר ווייסט נישט וואו אויף דער וועלט ער געפונט זיך השם ישמרינו - דאס איז א פראבלעם, אדער אז ער קומט אהיים און ער שפילט זיך מיט זיין טעלעפאן, ווען מען רעדט צו אים הערט ער נישט, ווען מען רופט אים זאגט ער "איך קום שוין, איך קום שוין" - דאס איז א פראבלעם, אבער אז אייער מאן האט אנגעהויבן לערנען פלייסיג און ער זיצט אין שטוב, ער לערנט זיינע שיעורים כסדרן - זענט איר דאך די גליקליכסטע פרוי אויף דער וועלט.


בנוגע אויפוועקן; אז אייער מאן בעט אייך "וועק מיר אויף", זאלט איר אים אויפוועקן, אז אייער מאן שטעלט אן זיין זייגער און ער הערט דאס נישט - זאלט איר אים העלפן אויפשטיין. זייט מיר מוחל, איר זענט בכלל נישט קיין רחמנות; ווען אייער מאן וואלט ווען נישט געוואלט אויפשטיין לערנען דעמאלט וואלט איר אים נישט געטארט וועקן, ווייל עס איז נישט די ארבעט פון א פרוי צו זיין א פאליציאנטקע וכו' וכו', אבער אז ער בעט אייך "העלף מיר", ער שטעלט אן א זייגער און ער הערט דאס נישט - זאלט איר אים העלפן אויפשטיין. איר וועט באקומען שכר אויף דעם, אזוי זאגן די הייליגע חכמים (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואס פאר א גוטע מעשים וועלן די פרויען גיין אין גן עדן און האבן עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", ווייל זיי העלפן די קינדער גיין אין חדר און זיי העלפן זייערע מענער לערנען די הייליגע תורה.


וואס איז דא עפעס בעסערס פאר א פרוי אז זי האט א מאן וואס לערנט תורה? דאס דארף זיין די גאנצע שטרעבן פון יעדע אידישע פרוי, דאס דארף זיין איר געבעט, אירע תפילות: "הייליגער באשעפער, העלף מיין מאן זאל לערנען די הייליגע תורה, מיינע קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה"; די ליפן דארפן א גאנצע צייט שעפשען די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיין מאן און קינדער זאלן זיין דבוק צו דיר, זיי זאלן לעבן מיט דיר".


אז אייער מאן שטיייט אויף שפעטער ווי אייער טאטע און ברידער דארף אייך דאס נישט אנגיין, איר ווילט אודאי נישט אז אייער מאן זאל אנהייבן טראכטן אויף אייך אויב איר זענט גענוג גוט אזוי ווי זיין מאמע און משפחה; מען קען נישט ערווארטן פונעם מאן אדער קינדער זיי זאלן זיין אזוי ווי דער און דער מענטש, זיי זאלן נאכטון דעם און דעם מענטש, מען דארף זוכן דאס גוטס דאס שיינקייט - אין א צווייטן.


איך בעט אייך זייער, דרייט אויס אייער בליק, הייבט אן קוקן דאס גוטס אין אייער מאן; ענדערש זאלן זיך די קינדער אויפוועקן, אבי דער מאן זאל גיין לערנען און דאווענען, אפילו פאר א ספק לוינט זיך דאס.


א גוט געבענטשט יאר.

#3 - ווי אזוי שטארקט מען זיך אויפצושטיין צייטליך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, שלאפן, התחדשות, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע שרייבט צו איינעם, "איך האב באקומען דיין בריוו וואס דו האסט מיר שוין געשיקט צוואנציג מאל, ס'וואלט געווען בעסער אז אנשטאט מיר צו דערציילן וואס עס גייט אויף דיר דורך, זאלסטו עס ענדערש דערציילן פאר'ן אייבערשטן".


האב איך דאן פארשטאנען אז באמת וואלט בעסער געווען אז אנשטאט איך זאל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל וואס איך מוטשע זיך אויפצושטיין צייטליך אינדערפרי, וואלט איך עס ווען ענדערש געדארפט דערציילן פאר'ן אייבערשטן.


אבער אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן אז איך זאל שוין מצליח זיין אויפצושטיין אביסל פריער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאקע אזוי, גיי צום אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט אויפשטיין יעדן טאג און עס גייט דיר נישט; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זוכה זיין דאווענען, לערנען און אים דינען, דו זאלסט נישט פארברענגען דיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן.


גלייב מיר, די פאר ווערטער וואס דו האסט געליינט אינעם בריוו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט - דאס איז אין קורצן וואס מוהרא"ש האט געוואלט און געטון זיין גאנץ לעבן, אריינברענגען אין אונז מיר זאלן גיין צום אייבערשטן; מיר זאלן לעבן מיט אים, אים אלעס דערציילן און אים בעטן אויף יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז; מיר זאלן וויסן און לאזן וויסן פאר אנדערע אז קיינער קען מיר נישט העלפן, קיינער קען מיר נישט גוטס טון און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, נאר דער אייבערשטער; אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר און מיין משפחה איז נאר פונעם אייבערשטן, אלעס איז נאר פאר מיין טובה, פאר מיין תיקון און פאר מיין עתיד; ווען מען לעבט מיט דעם, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דעמאלט לעבט מען אין גן עדן, דער גאנצער לעבן איז איין שטיק אלוקית.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויפצושטיין דאווענען און לערנען; איך בין אזוי צעבראכן, דאס מאכט איך זאל אריינשלאפן ביז אין טאג אריין, נאכדעם ווער איך נאכמער צעבראכן און איך גיי צוריק שלאפן, ביז איך דאווען נישט און לערן נישט. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיך קענען שטארקן אינדערפרי אויפצושטיין לערנען און דאווענען"; אזוי זאלסטו בעטן און בעטן ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


אז דו שטייסט אויף שפעט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן, זאלסט נישט אפלאזן דעם טאג; הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן מיט א שמחה און געשמאק, נישט גיין צוריק שלאפן און טראכטן 'היינט איז שוין א גע'הרג'עטע טאג, היינט איז שוין נישט קיין טאג וכו'', נאר הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן, כאילו גארנישט וואלט געשען; גיי אין מקוה, לויף אין שול דאווענען און זיי זיך אביסל מתבודד - וועסטו מצליח זיין.


פון איין זייט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן אויפצושטיין פרי, זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער אין די זעלבע צייט זאלסטו זיין פעלזן פעסט, עס זאל דיר נישט צעברעכן ווען דו שטייסט אויף שפעט; זאלסט האבן עזות דקדושה נישט זיך צו שעמען און טראכטן 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין וכו'', זאלסט האבן עזות דקדושה און זאגן 'פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי האט מען א הייליגע שלאף?
קדושה, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך בין זיך מחזק צו דינען דעם אייבערשטן, איך פרוביר צו לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן, מיט דעם אלעם איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג בקדושה.


איז דא אזא זאך בכלל אז א מענטש זאל גארנישט זינדיגן? און אויב יא ווי אזוי קומט צו א מדריגה אז מ'זאל גיין שלאפן און אויפשטיין בקדושה אן קיין דורכפאל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יד.): "כָּל הַמַּשְׂבִּיעַ עַצְמוֹ מִדִּבְרֵי תּוֹרָה", ווער עס זעטיגט זיך אן מיט די הייליגע תורה, "וְלָן", ער גייט שלאפן זאטערהייט מיט די הייליגע תורה, - "אֵין מְבַשְּׂרִין אוֹתוֹ בְּשׂוֹרוֹת רָעוֹת", וועט ער שלאפן א גוטע שלאף, ער וועט נישט האבן קיין שלעכטע חלומות. אזוי ווי עס שטייט (משלי יט, כג): "וְשָׂבֵעַ יָלִין", ווער עס גייט שלאפן זאט פון די תורה, "בַּל יִפָּקֶד רָע", וועט נישט זען קיין שלעכטס.


מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה; במקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה - וועסטו געראטעוועט ווערן פון שלעכטס, דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מען קען גרינגערהייט אנקומען צו לערנען די גאנצע תורה; אפילו מען פארשטייט נישט - דאך זאל מען לערנען און במשך די צייט וועט מען שוין פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו).


דער רמב"ם זאגט (פרק כב מהלכות איסורי ביאה, הלכה כא) די אלע שלעכטע מחשבות זענען נאר: "בְּלֵּב פָּנוּי מִן הַחָכְמָה" - אין א ליידיגע הארץ; אז מען לערנט די הייליגע תורה היט די תורה אפ דעם מענטש ער זאל נישט אנקומען צו נכשל ווערן און ווערן טמא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶה", אז דער יצר הרע זוכט דיר אראפ צו ווארפן, "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמִּדְרָשׁ", שלעפ אים אין בית המדרש; לויף צו די תורה וואס איז א פאנצער פאר'ן יצר הרע.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", מיין קינד, איך האב באשאפן דעם יצר הרע אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב דו לערנסט תורה וועסטו נישט האבן צוטון מיט אים, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב דו לערנסט נישט קיין תורה - וועסטו זיין אונטער אים רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - איך בין זייער דעפרעסט, און איך שטיי אויף שפעט, האט איר אן עצה?
שמחה, עצבות, שלאפן, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און איך מוטשע זיך זייער מיט'ן אויפשטיין צופרי אין צייט, און דאס שטערט מיר זייער שטארק אין לעבן, אויך לייד איך שטארק אויף דעפרעסיע, און ס'קען זיין אז די צוויי פראבלעמען זענען פארבינדען איינס מיט'ן אנדערן.


איך האב שוין געמאכט אסאך תפלות אויף דעם, און איך וועל ווייטער מאכן, איך האב אבער אסאך פחדים פון דעם, איך האב מורא אז דאס וועט מיר שאטן נאך די חתונה, און איך וועל זיך מוזן גט'ן צוליב דעם חס ושלום.


איך ווייס דער ראש ישיבה האלט נישט פון טערעפי, דעריבער וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה האט פאר מיר אן אנדערע עצה.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און וועט נאך טון מיט דיר.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען א עני ואביון, אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל? נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט טאקע האבן מיר גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


עס איז פארהאן זייער א גוטע עצה פאר אלע וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך; מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט דאס כסדר אין 'אשר בנחל' פאר בחורים און אינגעלייט וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך און זיי שלאפן אריין ביז טיף אין טאג אריין; די עצה איז "גיין שלאפן צייטליך". די עצה קאסט נישט גיין געלט און עס איז בדוק ומנוסה - אז מען לייגט זיך שלאפן צייטליך שטייט מען אויף צייטליך, ווידעראום אז מען איז אויף ביז שפעט אויף דער נאכט שטייט מען אויף שפעט.


געווענליך האבן בחורים זייער ליב אויף צו זיין שפעט אויף דער נאכט; מען פארברענגט די צייט, מען זיצט און מען פלוישט שעות אויף שעות דברים של מה בכך. נאכדעם גייט מען שלאפן מידערהייט אן קיין ליינען קריאת שמע און אן קיין נעגל וואסער, מען פאלט אריין אין בעט אן יראת שמים. דאס איז אלעס מעשה שטן, ער ארבעט זייער שטארק אז מען זאל האבן א פארדרייטע סדר - שלאפן בייטאג און אויף זיין ביינאכט אזוי האט ער שוין נאכדעם צוגרינד געלייגט דעם גאנצן טאג. א וואוילער בחור מאכט זיך א סדר, ער גייט שלאפן פרי און ער ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן.


נאך אן עצה איז דא פאר דיפרעשן: "לימוד התורה"; ווען מען לערנט תורה ווערט מען פרייליך. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע זיסע וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די הייליגע ווערטער פון די תורה. פאלג דעם רבי'ן און הייב אן לערנען משניות; זאג א פרק נאך א פרק. אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל ווען א מענטש איז דיפרעסט האט ער נישט דעם כח פון זיך קאנצעטרירן און פארשטיין וכו', ווער רעדט נאך ווען א מענטש איז פוגם בברית, ער איז אריין געפאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע און איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דער מענטש פארלירט אינגאנצן זיין מח. מיט דעם אלעם זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט ארויס גיין פון די הענט פון יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.