תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א אינגל, 11 יאר אלט, און איך האב זיך געוואלט קודם באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר צוריק געענטפערט, ס'האט מיר זייער מחזק געווען. אויך האב איך דעם מוצאי שבת זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף גמרא מסכת ברכות.
איך האב געוואלט פרעגן אפאר שאלות.
1. מיר האבן ב"ה א גרויסע משפחה מיט שוועסטערס און ברידער, און איך שטער זיי אסאך מאל. איך האב שוין אפאר מאל געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיי נישט שטערן, אבער דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף מיר. וואס קען איך טון.
2. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די דרשות אז ס'איז נישט גוט צו ליינען קאמיקס, און אויך מיין טאטע זאגט אזוי. אבער די מיידלעך ביי אונז ברענגען עס יא אריין, און איך האב עס זייער שטארק ליב צו ליינען, וואס קען איך טון? מיין מאמע קויפט מיר טאקע ביכער פון ספורי צדיקים, אבער איך ענדיג עס זייער שנעל.
3. איך וויל לערנען אסאך תורה, איך ווייס אבער וואס דער ראש ישיבה שליט"א אז א אינגל דארף אויך שפילן, נישט נאר לערנען די גאנצע צייט. איך קום אהיים פון חדר יעדן טאג אום האלב זעקס, און איך וויל וויסן א סדר וויפיל איך זאל לערנען פאר מיר אליין אין מיין צייט.
יישר כח פאר אלעס
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות; דו ביסט א יונג קינד פון עלף יאר און דו האסט שכל ווי אן ערוואקסענער מענטש, אריין צו כאפן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן, אז אפילו מען פארשטייט נישט די ווערטער זאל מען זאגן די אותיות התורה (שיחות הר"ן, סימן עו).
אויף דיין ערשטע פראגע אז דו ווילסט אויסארבעטן דיינע מידות; אויף דעם דארף מען אסאך שרייען צום אייבערשטן, עס גייט נישט אין א קורצע צייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף שרייען א לאנגע צייט צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.
בנוגע ליינען קאמיקס וכו'; ענדערש זאלסטו ליינען סיפורי צדיקים, מעשיות ווי אזוי צדיקים האבן געלעבט דורכדעם וועט אריין גיין אין דיר א שטארקע חשק און בענקעניש אויך צו זיין א צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו ליינען און הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.
אויף דיין פראגע וויפיל צו לערנען וכו'; ווען דו קומסט אהיים פון חדר זאלסטו גיין אביסל שפילן, עס איז זייער געזונט פאר קינדער זיך אויסצוגעבן; זאלסטו קודם גיין אביסל שפילן, טאנצן און ארום שפרינגען מיט דיינע חברים, נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור ווייטער אין ש"ס כסדרן. זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, אדער אין שטוב אדער אין א שול וואו עס איז רואיג און לערן א בלאט נאך א בלאט, וועסטו זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן ש"ס נאך פאר דיין בר מצוה, דורכדעם וועסטו ממשיך זיין אויף דיר א צלם אלוקים.
דער עיקר זאלסטו זיך פירן מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט; גיי אביסל שפאצירן זיך אויסרעדנדיג דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין א צדיק, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נישט מסיח דעת זיין פון דיר", וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
חזק ואמץ מיט אלע דיינע כוחות.