שאלה אין קורצן ענין
#1 - וויפיל דארפן פרויען און מיידלעך דאווענען?
חיזוק פאר פרויען, דאווענען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך ביי די שיעורים איבער די וויכטיגקייט פון דאווענען שחרית מנחה און מעריב. מיין שאלה איז וואס טוט זיך מיט א מיידל אדער פרוי, דארפן זיי אויך דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג?


איך פרוביר צו דאווענען יעדן טאג שחרית צייטליך, אבער מנחה און מעריב דאווען איך געווענליך בכלל נישט. אויך שבת קומט מיר נישט אויס צו דאווענען געווענליך מעריב און מוסף.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב מיידלעך דארפן זאגן יעדן טאג תיקון הכללי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס ענטפערן אין א בריוו אדער רעדן פון דעם ביי א שיעור, וויפיל איז דער חיוב פון דאווענען ביי מיידלעך.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ס'איז ממש א מחי'. דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח און מח אויף ווייטער צו קענען מחזק זיין אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פרויען זענען פטור פון דאווענען שחרית מנחה מעריב. א פרוי איז נאר מחויב צו זאגן אינדערפרי ברכות השחר, און זי דארף אכטונג געבן צו בענטשן ברכת המזון אין א סידור, ליינען קריאת שמע שעל המיטה פארן גיין שלאפן און זיך מתבודד זיין צום הייליגן באשעפער, וואס אן דעם איז נישט דא קיין לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט), אויפן פסוק (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", אז די גאנצע לעבן פונעם מענטש דארף זיין תפילה.


פרויען וואס האבן צייט, זיי האבן שוין נישט קיין קליינע קינדער אין שטוב און מען וויל דאווענען די תפילות הקבועות, אזוי אויך מיידלעך - זאלן זיי דאווענען, ווייל די תפילות פון פרויען איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


תיקון הכללי איז פאר יעדן איינעם; פאר מענער, פרויען, אינגלעך און מיידלעך, עס איז מסוגל פאר אלע ישועות און פאר אלע רפואות; וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.