תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס געבן מיר לעבן ממש, ובפרט פאר די שיעור וואס איר האט געגעבן אין צפת, דאס האט מיר ממש מחיה געווען, א גרויסן דאנק.
אזוי ווי איך האב געהערט אז דער רבי לאזט נישט טרינקען קיין משקה המשכר, האב איך זיך אפגעוואוינט פון צו טרינקען אלקאהאל. יעצט ווען עס קומט דער יום טוב פורים, וויל איך וויסן וואס דער רבי זאגט וועגן טרינקען וויין אום פורים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו האסט זיך אפגעוואוינט פון טרינקען וויין א גאנץ יאר; דער רבי האט אונז זייער געווארענט אז מיר זאלן נישט טרינקען קיין וויין. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת", אז מען טרינקט און מען שיכור'ט זיך אן, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן.
וויסן זאלסטו אז פון וויין קומט נישט ארויס קיין גוטס און עס נישט דא נאך א זאך וואס ברענגט וויינען אויף דער וועלט ווי וויין; וויין איז א לשון פון וויינען ווייל עס מאכט וויינען אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עו:): "יַיִן מֵבִיא יְלָלָה"; נאך זאגן חז"ל (במדבר רבה י, ו): "יַיִן גוֹרֵם לִזְנוּת", וויין ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; נאך זאגן חז"ל (תנחומא, שמיני): "יַיִן מֵבִיא אֶת הָאָדָם לִידֵי חֵטְא - צו עבירות, לְצָרָה גְדוֹלָה - צו גרויסע צרות, וּלְחִסָּרוֹן כִּיס – און עס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן ארעם.
מען זעט אז די אלע וואס ווערן אריין געשלעפט אין טרינקען האבן נישט קיין דזשאב. ווייל זיי שטייען נישט אויף צייטליך, זיי שיכור'ן ביינאכט און גייען שלאפן טויזנט אזייגער. נאכדעם ווען זיי שטייען אויף שפעט און זיי זעהן ווי דער טאג איז שוין אריבער ווערן זיי צעבראכן, דאן הייבן זיי אן נאכאמאל צו טרינקען.
שלמה המלך זאגט (משלי כג, כט): "לְמִי אוֹי? לְמִי אֲבוֹי?" אויף וועם איז א רחמנות, אויף וועם דארף מען שרייען אוי וויי? "לְמִי מִדְיָנִים?" ווער קריגט זיך מיט מענטשן? "לְמִי שִׂיחַ?" ווער רעדט אסאך נארישקייטן? "לְמִי פְּצָעִים חִנָּם?" ווער כאפט קלעפ? "לְמִי חַכְלִלוּת עֵינָיִם?" ווער האט רויטע אויגן? דאס אלעס פרעגט שלמה המלך און ער ענטפערט: "לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן", די אלע וואס טרינקען וויין.
וואויל איז דיר אז דו נעמסט דעם רבינ'ס עצות אויף לעובדא ולמעשה און דו פאלגסט דעם רבי'ן; ליידער זעט מען אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת, זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפ. מען גייט צו חברים און מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן. אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי - די איין מאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אנשטאט דעם גייט אוועק דער שבת מיט טרינקען.
בנוגע טרינקען פורים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חַיָיב אִינִישׁ לִבְסוּמֵי בְּפוּרַיָּא, עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּך מָרְדְכַי" און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אז מען זאל טרינקען פורים (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב). מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז מען זאל טרינקען מיט א מאס; נישט זיך אנטרינקען אזוי שטארק אז מען זאל ווערן שיכור ווי לוט און פארפאסן דאווענען מנחה, מעריב און ברכת המזון וכו' וכו'.
פורים ביינאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען און אויך נישט קיין שכל'דיגע זאך; מען זעט בחורים טרינקען זיך אן די ערשטע נאכט און ווערן אזוי שיכור אז זיי האבן נישט קיין פורים נאכדעם. פורים בייטאג דעמאלט איז די צייט צו טרינקען אפאר כוסות וויין, מען טאנצט און מען איז פרייליך און מען מאכט א צווייטן פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.