תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אריבער זייער א שווערע צייט אלס קינד, מיר האבן נישט געהאט קיין נארמאלע שטוב, איך האב זיך געוואלגערט דא און דארט, געווארפן פון איין פלאץ צום צווייטן, ביז ביי די 17 יאר האט מיר א משפחה אריינגענומען, און ביי די 20 האב איך זוכה געווען חתונה צו האבן ב"ה.
יעצט האלט איך שוין 20 יאר נאך די חתונה, אבער איך בין נאך אלץ קראנק פון אלס קינד, איך בין פול מיט פחדים, דעפרעסיע, אומזיכערקייט, און איך קען זיך נישט אן עצה געבן אין לעבן אין יעדן הינזיכט. איך האב ב"ה א גוטע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, און א נארמאלע פרנסה, אבער מיין גייסט איז ממש צעשניטן און צעבראכן, אזוי ווייט אז איך קען זיך פשוט נישט גיין איינקויפן זאכן וואס איך דארף האבן, א הוט, שיך, וכדומה, ווייל איך קען נישט מאכן קיין שום באשלוסן אין לעבן, איך האב נישט קיין טראפ זעלבס זיכערקייט.
איך בין שוין געווען ביי צענדליגע טערעפיסטן און דאקטורים, שוין גערעדט הונדערטער שעות צו די טערעפיסטן און שוין גענומען אסאך סארט מעדעצינען. איך בין זיכער אז דאס אלעס האט מיר עפעס געהאלפן, אבער דערווייל האלט עס נאכאלץ ביים אלטן.
איך ווייס אז איר האלט נישט פון קיין טערעפיסטן, אבער למעשה שטייט דאך אז דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר א דאקטער אויסצוהיילן, און דערפאר בין איך זייער צעמישט, זאל איך נישט גיין צו זיי, בין איך דאך אויף גרויסע צרות, זאל איך יא גיין, זע איך דאך אבער אז איך ווער נישט געהאלפן.
איך דארף א גרויסע ישועה אין לעבן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מיש נישט אויס די יוצרות; דאקטורים איז איין זאך און טערעפי איז א צווייטע זאך. אז מען שפירט זיך נישט גוט פיזיש אדער גייסטיש דארף מען גיין צום דאקטער און נעמען רפואות; אנדערש איז טערעפי, דאס איז ארויסגעווארפן צייט, אזוי ווי דו זאגסט אליין אין דיין בריוו אז דו האסט שוין פרובירט טערעפי און עס העלפט נישט, עס האלט ביים אלטן.
אנשטאט זיצן מיט א בשר ודם וואס קען זיך אליינס נישט העלפן און זיכער אז ער קען דיר נישט העלפן - נעם ענדערש די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס דו ווילסט דערציילן פאר'ן טערעפיסט, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע שוועריקייטן, אלעס וואס איז אריבער אויף דיר; אזוי זאלסטו טון - נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, נאר יעדן טאג זאלסטו מיט אים שמועסן ביז ער וועט רחמנות האבן אויף דיר און דו וועסט ארויסקריכן פון אלע פראבלעמען.
שטעל זיך פאר דו וואלסט גענומען די צייט פון זיצן מיט טערעפיסטן און אין די צייט וואלסטו גערעדט צום אייבערשטן, וואלסטו שוין פון לאנג אויסגעהיילט געווארן. דו וואלסט געהאט וואס מיט צונעמען אויף יענע וועלט; ווייל נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגע רו.
פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ צום אייבערשטן. אין אנהייב וועט עס דיר זיין שווער, ווייל דער סמ"ך מ"ם ציטערט זייער פון התבודדות ותפילה, ער וועט דיר מאכן שפירן ווי קיינער הערט דיר נישט אויס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה י' - מבערגיר ועני) אז דער רוצח האט געזאגט פאר'ן בת קיסר: "אויב דו געבסט איין שריי, וועל איך דיר דערווערגן און הרג'ענען"; דער רוצח - דאס איז דער סמ"ך מ"ם, ער האט מורא פון דאס געשריי וואס א מענטש שרייט צום אייבערשטן, ווייל מיט איין שריי וואס מען שרייט צום אייבערשטן ווערט ער אויס, מיט דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.