שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועלכע מוסר ספרים איז גוט פאר פרויען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אשר בנחל, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב זאגט מיר איין טאג אז זי וויל זיך קובע זיין א שיעור אין א מוסר ספר, מיין שאלה איז אויב ס'קומט פאר א פרוי בכלל צו לערנען מוסר ספרים, און אויב יא וועלכע מוסר ספר איז גוט פאר פרויען?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך שיעורים אינעם רבינ'ס ספרים; דאס איז די בעסטע מוסר.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמו) ווען דער ספר ליקוטי מוהר"ן איז ארויס אויף די וועלט, אז ער וויל זייער שטארק מיר זאלן לערנען דעם ספר, "כִּי צְרִיכִים לִלְמֹד אוֹתוֹ הַרְבֵּה עַד שֶׁיִּהְיֶה שָׁגוּר בְּעַל פֶּה", מיר זאלן דאס לערנען זייער אסאך ביז מיר וועלן דאס קענען פון אויסנווייניג, "כִּי הוּא מָלֵא מוּסָר וְהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֲשֶׁר אֵין עֲרֹךְ אֵלָיו", ווייל דער ספר איז אנגעפולט מיט מוסר און עס וועקט אויף דעם מענטש ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


מיט דיין ווייב איז כדאי דו זאלסט לערנען אשר בנחל; אין אשר בנחל ליגט אלע דעם רבינ'ס ספרים: ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות און רבי נתן'ס ספרים.


אשר בנחל איז אנגעפולט מיט מוסר; א זיסע מוסר, א שיינע מוסר, די מוסר בייסט נישט, די מוסר שאדט נישט, עס רופט צוריק צו קומען צום אייבערשטן, עס וועקט אויף דעם מענטש, עס מוטיגט דעם מענטש און עס בארואיגט דעם מענטש.


עס זענען פארהאן אסאך מוסר ספרים, אבער עס איז דא מוסר פון רבי'ן וואס דאס איז אן אנדערע סארט מוסר, דאס איז מוסר פון משה רבינו. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אויף דעם וועג אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:) אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, דאס איז די וועג פון זאגן מוסר; אויב חס ושלום מען זאגט מוסר און מען צעקלאפט יענעם - איז דאס א גרויסע סכנה, ווייל די מוסר העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער. זאגט דער רבי, אז דער וואס קען אויפהייבן א צווייטן איד, בשעת ער מוסר'ט ברענגט ער אריין א ליבשאפט און א האפענונג צום אייבערשטן - נאר דער מעג זאגן מוסר.


זיי זיך מחזק מיט דיין ווייב, לערנטס צוזאמען דעם רבינ'ס מוסר; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קכד): "איטליכס ווארט פון מוסר איז ביי מיר פארוואשן מיט טרערן"; עס איז אן אנדערע סארט מוסר, עס דערווארעמט דאס הארץ, עס איז מקרב יעדן איינעם צום הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.