שאלה אין קורצן ענין
#19 - דרוקן די קונטרסים פון מוהרא"ש ברענגט אויך ישועות?
ספרי ברסלב, אשר בנחל, סגולות, הדפסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז באקאנט אז מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט דרוקן א חלק פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל", וועט זען גרויסע ישועות. איך האב געוואלט פרעגן אויב אויך ווען מ'דרוקט די קליינע קונטרסים איז דאס אויך א סגולה?


אויך וויל איך וויסן אויב מען דרוקט א חלק פון "אשר בנחל" אליין, נישט דורך די קרן הדפסה, אויב עס האט אויך די זעלבע סגולה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע ספרים פון מוהרא"ש, אלע קונטרסים - האבן אין זיך די סגולה צו געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות.


קוק וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ו): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אַז אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט שְׁטֶערְן דָאס דְרוּקְן מַיינֶע פִילֶע סְפָרִים וָואס אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ שְׁרַייבְּן. אִיךְ גֶעבּ דִי רֶעכְט פַאר יֶעדְן אִיד צוּ דְרוּקְן מַיינֶע סְפָרִים, מֶען קֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן אוֹיף מַיינֶע סְפָרִים 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת' - אַז קֵיינֶער טָאר זֵיי נִישְׁט אִיבֶּערְדְרוּקְן. מַיינֶע סְפָרִים זֶענֶען אַ מַתָּנָה פַאר גַאנְץ כְּלַל יִשְרָאֵל, יֶעדֶער הָאט דִי רֶעכְט זֵיי צוּ דְרוּקְן, אוּן יֶעדֶער וָואס וֶועט זֵיי דְרוּקְן אוּן פַארְשְׁפְּרֵייטְן וֶועט גֶעבֶּענְטְשְׁט וֶוערְן מִיט אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת, אַזוֹי וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (אָבוֹת ה, יח): 'כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים אֵין חֵטְא בָּא לְיָדוֹ' - וֶוער עֶס אִיז מְזַכֶּה אִידִישֶׁע קִינְדֶער - וֶוערְט גֶערַאטֶעוֶועט פוּן עֲבֵירוֹת. אִיךְ בֶּעט אַייךְ נָאכְאַמָאל אַז קֵיינֶער זָאל נִישְׁט צוּרִיקְהַאלְטְן דָאס דְרוּקְן מַיינֶע סְפָרִים, דִי רֶעכְט צוּ דְרוּקְן מַיינֶע סְפָרִים בַּאלַאנְגְט פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אֵיינִיג, עֶס אִיז נִישְׁטָא בַּיי דֶעם קַיין אִיסוּר הַשָּׂגַת גְּבוּל, נָאר פַארְקֶערְט, יֶעדֶער קֶען עֶס דְרוּקְן "וְיַגְדִיל תּוֹרָה וְיַאְדִּיר".


בנוגע דרוקן אליינס; יעדער קען דרוקן אליינס די ספרים, נאר בתנאי אז מען איז נישט משנה פונעם ספר, נישט מאכן שטיקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - וועלכע ספרים קענען מיר העלפן באקומען א שטארקע אמונה און בטחון?
התחזקות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צרות, בטחון, ספרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אייער מורא'דיגע אויסגאבע 'עצתו אמונה'; מיר ליינען עס יעדן שבת, און מיר זענען אזויפיל קונה דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען פארשפרייטן ריכטיגע אידישקייט און אמונה, מיט הרחבת הדעת און געזונט און אלעס גוטס.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט, און איך האף אז איר וועט זיין די ריכטיגע שליח מיר צו העלפן.


איך האב ברוך ה' א געטרייער ערליכער מאן מיט לעכטיגע קינדער, און נאך אסאך גוטע זאכן פון אונזער זיסער טאטע אין הימל, די זאך איז אבער אז מיר זענען אריבער זייער שווערע צייטן די לעצטע פאר יאר, מיט זייער א קראנקע קינד, ווי אויך האבן מיר אסאך מיטגעמאכט מיט די שטאטישע איינגעשטעלטע, און אויך להבדיל פון אידישע 'מצוה' אידן, וואס האבן געזוכט צו מאכן א חורבן פון אונזער שטוב. ברוך ה' אונזער קינד איז שוין געזונט, מיט גרויסע חסדי ה', און פאר יענע חברה איז נישט געלונגען צו מאכן די שאדן וואס זיי האב אזוי געוואלט מאכן. אזוי ווי איך האב געזאגט, איך האב אזוי פיל צו דאנקען! למעשה אבער איז דאס אלעס נאר במחשבה, איך ווייס אז אונזער טייערע טאטע זוכט נאר אונזער גוטס און טוט נאר גוטס, אבער ווען עס קומט צו שפירן די שמחה אמת'דיג אין הארץ, ארבעט עס שוין נישט.


איך בין זייער אויפגערעגט אויף די שלעכטע נעבעכדיגע חברה, כאטש איך ווייס אז זיי זענען למעשה נאר געווען א שטעקן פון באשעפער, און אויך בין איך זייער דערשראקן אז איך וועל נאכאמאל אריינפאלן אין זייער נעץ. די זארג און שרעק שטערן מיר ממש צום לעבן. חוץ פון דעם קען איך אסאך מאל ווערן איבערגענומען פון געפילן, פון טרויער, אויף די אומגעהויערע שוועריגקייטן וואס מיר זענען דורך, און פון כעס אויף געוויסע מענטשן, און עס איז מיר שווער זיך ארויסצוזען דערפון.


וואס איך וואלט געוואלט פון אייך איז בעיקר אן עצה וועגן וועלכע ספר, אדער אינהאלטסרייכע בוך, וואס איך קען לערנען אדער ליינען כדי צוצוקומען צו אמת'ע טיפע אמונה און רואיגקייט, אמת'דיג שפירן אז אלעס קומט פון באשעפער, און איז פאר אונזער טובה. איך זאל קענען צוקומען צו א מדריגה פון זיך שרעקן נאר פון באשעפער און נישט פון קיין שום מענטש, און אפשר זאל איך אפילו קענען שוין ענדליך אינגאנצן מוחל זיין יענע חברה, א זאך וואס איז מיר נאך זייער שווער. איך ווארט נאך אויך זיי זאלן מיר בעטן מחילה, אבער איך גלייב נישט עס וועט אמאל געשען. איך האב שוין געזוכט אפאר מאל אין לייברערי עפעס פאסיג, אבער עס געלונגט מיר נישט. דער ספר זאל זיין אין אידיש אדער ענגליש, ביטע.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע ספרים צו שטארקן די אמונה און בטחון זענען דעם רבינ'ס ספרים.


עס זענען דא נאך ספרים וואס זענען געשטעלט אויף אמונה און בטחון פון צדיקים פון די פריערדיגע דורות, דאך האבן דעם רבינ'ס ספרים א ספעציעלן כח; סיי מען שפירט ווי דער ספר איז געשריבן ספעציעל פאר זיך, יעדער איינער שפירט זיך ווי מען רעדט צו אים, און סיי דער ספר לעבט, די בריוון לעבן, עס איז אויף למעשה, עס טוישט דעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכה פאר'ן לעבן.


בפרט אז מיר האבן זוכה געווען אין אונזער דור, מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, אז מיר זאלן דאס פארשטייין, מיר זאלן האבן א געפיל אין דעם; אזוי ווי א מלמד נעמט שווערע טיפע גמרות און איז דאס מסביר מיט גרינגע ווערטער אז אפילו קליינע קינדער מיט שוואכע מוחות זאלן האבן אן השגה אין דעם, דאס האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געטון מיט דעם רבינ'ס ספרים; ווען מען לערנט די בריוו פון ספר הקדוש אשר בנחל, און די קונטרסים - באקומט מען א שטארקע אמונה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


ביסט אריבער שווערע ביטערע צייטן אין לעבן, פארליר זיך נישט, פארליר נישט די אמונה; טראכט נישט קיין איין מינוט 'דער איז שולדיג', 'יענער איז שולדיג'; לייג זיך אריין אין אמונה. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער חזר'ט צו זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון'; ער זינגט נגוני אמונה: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפונט זיך אין יעדע ארט; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער" - דאס מאכט מען זאל זיין רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - וועלכע גרינגע ברסלב'ע ספר אין אידיש קען איך נוצן פאר חיזוק?
התחזקות, ספרי ברסלב, אשר בנחל, עצתו אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א שטיק צייט צוריק בין איך אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע פאר א סיבה, און ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז איך בין געווארן זייער שוואך אין אידישקייט, איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים אבער איך בין גאר שטארק געפאלן, ביז איך האב אויפגעהערט דאווענען, איך האב אבער יא נאך געלייגט תפלין און געזאגט די ד' פרשיות.


איין טאג בין איך אויפגעשטאנען און איך האב באשלאסן אויפצוהערן לייגן תפלין, איך בין געגאנגען גלייך צו די ארבעט, אבער שפעט נאכמיטאג אויפ'ן וועג אהיים בין איך דורך א שול, און איך האב געוואלט אריינגיין צו נוצן די בית הכסא, האב איך דארט אין שול געטראפן אויפ'ן טיש א ברסלבע צעטל, בקיצור האב איך געזען דארט ארויסגעברענגט אז דער אייבערשטער דארף יעדן איינעם, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מ'איז, און אזוי ווייטער. דאס האט געעפנט מיין הארץ, ס'איז שוין געווען אפאר מינוט צו די שקיעה, איך בין ארויס צו מיין קאר און איך האב אריינגעלייגט מיין רש"י'ס תפלין אין די האלטער פון די רבינו תם'ס תפלין, און צוריק אריין אין שול לייגן תפלין מיט די ד' פרשיות, און דערנאך געדאווענט מנחה, די ערשטע מנחה נאך גאר א לאנגע צייט.


צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, איך האב זייט דעמאלט נישט פארפאסט קיין דאווענען, איך האב אנגעהויבן עסן נאר כשר'ס, און איך פרוביר זיך צו האלטן זייער שטארק. איך האב נישט די שטארקייט צו ווערן א ברסלב'ער, אבער יעדעס מאל וואס איך פאל, דערמאן איך זיך אז דער אייבערשטער האט מיר שוין איינמאל צוריק גערופן, און איך ווייס נישט אויב ס'וועט פאסירן נאכאמאל, און דאס האלט מיר.


יענער וואס האט געלייגט דעם צעטל ווייסט נישט אז ער האט מיר ממש געראטעוועט, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט היינט אויסגעזען ווען נישט יענעם צעטל.


איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן אויב ס'איז דא א גרינגע ברסלב'ע ספר אויף אידיש, וואס איך קען האלטן ביי מיר און בליקן דערין זיך מחזק צו זיין. איך האב נישט קיין געדולד צו הערן אדער זען, און אפילו ליינען בלעטלעך, אפשר קענט איר מיר זאגן אויף א גרינגע ספר אין אידיש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זוך אויף די כרכים אין אידיש, בערך אכט הונדערט בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אין אידיש; דאס וועט דיר שטארק מחזק זיין אין אלע צייטן.


אויך זאלסטו לערנען ספר עצתו אמונה; בריוו געשריבן אין אידיש. עס איז דא דארט חיזוק פאר דרי מעלה און דרי מטה; סיי ווען עס גייט גוט אין עבודת השם, מען שפירט דעם אייבערשטן, און סיי ווען מען פאלט אראפ אין עבירות, מען ליגט אין שאול תחתית - זענען די בריוו זייער מחזק.


שטארק זיך אין התבודדות און תפילה; גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, שמועס זיך אויס מיט אים, דערצייל אים אלע דיינע פראבלעמען, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שטארק די נסיונות זענען; דאס וועט דיר געבן הימלישע כוחות זיך צו קענען שטארקן בעבודות השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ווי אזוי קען מען ענטפערן שווערע שאלות פון בחורים?
ספרי ברסלב, אשר בנחל, שאלות, בחור, עצתו אמונה, זיכוי הרבים, בריוו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך שטארק באדאנקען אויף די תשובה וואס איר האט מיר געשריבן איבער רעדן צו בחורים פון די עצות וואס איר זאגט פון הייליגן רבי'ן, עס איבערצוזאגן אן א נאמען.


כ'וויל אבער אביסל בעסער ערקלערן מיין צווייטע שאלה מיין שאלה איז נישט געווען, ווי אזוי מען נעמט כח און קראפט צו ענטפערן שאלות פון בחורים, מיין שאלה איז געווען ווי אזוי נעמט מען א כח ההכרעה און שכל וואס און ווי אזוי צו ענטפערן א ריכטיגע תשובה פאר א בחור אויף א שאלה וואס כ'האב נישט געטראכט אדער געלערנט איבער דעם פון פריער, בפרט ווען ס'איז דא גאר שווערע שאלות פון א יונגער בחור וואס דארף א ריכטיגע און א קלארע תשובה צו זיין טאג טעגליכן לעבן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח אויף אייערע עבודת הקודש, איר זאלט שטענדיג קענען מחזק זיין און מקרב זיין אידן לאבינו שבשמים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין רבינ'ס ספרים איז אלעס דא; ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים באקומט זייער א גראדע שכל, א קלארע פארשטאנד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמז): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל מֹחַ גָּדוֹל עַל יְדֵי סִפְרוֹ", ווער עס וועט לערנען זיינע ספרים וועט באקומען א טיפע מח, "כִּי יֵשׁ בּוֹ שֵׂכֶל גָּדוֹל וְעַמְקוּת נִפְלָא מְאֹד עַל פִּי פְּשׁוּטָן שֶׁל דְּבָרִים", ווייל אין די ספרים ליגט טיפע שכל, מען באקומט שכל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן פרט.


בפרט דארפן די וואס זענען עוסק מיט בני הנעורים - לערנען דעם רבינ'ס ספרים, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רנח): "הָיִיתִי סָבוּר שֶׁהַיֵּצֶר הָרָע שֶׁלִּי אוֹמֵר לִי שֶׁאֵין מִי שֶׁיּוּכַל לְהַנְהִיג אֶת בְּנֵי הַנְּעוּרִים כָּמוֹנִי", אין אנהייב האב איך געמיינט אז דאס וואס איך טראכט אז נאר איך פארשטיי צו די יונגווארג, איך קען זיין זייער מנהיג - דאס זאגט מיר דער יצר הרע, "עַכְשָׁו אֲנִי יוֹדֵעַ בְּבֵרוּר אַז אִיךְ בִּין אֵיין מַנְהִיג, וְאֵין מַנְהִיג כָּמוֹנִי", יעצט ווייס איך קלארערהייט אז נאר איך פארשטיי צו די יוגענט, נאר איך קען זיין זייער פירער; אזוי ווי מען זעט היינטיגע צייטן אז קיינער האט נישט קיין שפראך צו די יוגענט, אלע חכמים און פותרי חלומות ברעכן זיך קאפ: 'וואס טוט מען מיט די יוגענט? וואס טוט מען מיט די בחורים? וואס טוט מען מיט די מיידלעך?' אלע זענען פארלוירן, זיי זענען מודה אז זיי ווייסן נישט וואס צו טון, נאר דער רבי האט א שפראך צו זיי, די חיזוק פון רבי'ן דאס האלט זיי און מאכט זיי פאר ערליכע אידן.


מאך זיך שיעורים אין ספר אשר בנחל - בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אויך זאלסטו לערנען ספר עצתו אמונה - בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן דורכאויס די יארן וואס איך בין באשעפטיגט מיט בני הנעורים; דארט וועסטו זען די שכל פון רבי'ן, דו וועסט האבן א קלארקייט אין יעדע ענין, אויף אלע שאלות וואס די בחורים פרעגן דיר וועסטו זיין קלאר, דו וועסט זיי קענען מחי' זיין.


שטארק זיך, לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט; היינט איז דאס די חשוב'סטע זאך - רעדן מיט בחורים, לערנען מיט זיי און אריין לייגן אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן און אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - וועלכע מוסר ספרים איז גוט פאר פרויען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אשר בנחל, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב זאגט מיר איין טאג אז זי וויל זיך קובע זיין א שיעור אין א מוסר ספר, מיין שאלה איז אויב ס'קומט פאר א פרוי בכלל צו לערנען מוסר ספרים, און אויב יא וועלכע מוסר ספר איז גוט פאר פרויען?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך שיעורים אינעם רבינ'ס ספרים; דאס איז די בעסטע מוסר.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמו) ווען דער ספר ליקוטי מוהר"ן איז ארויס אויף די וועלט, אז ער וויל זייער שטארק מיר זאלן לערנען דעם ספר, "כִּי צְרִיכִים לִלְמֹד אוֹתוֹ הַרְבֵּה עַד שֶׁיִּהְיֶה שָׁגוּר בְּעַל פֶּה", מיר זאלן דאס לערנען זייער אסאך ביז מיר וועלן דאס קענען פון אויסנווייניג, "כִּי הוּא מָלֵא מוּסָר וְהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֲשֶׁר אֵין עֲרֹךְ אֵלָיו", ווייל דער ספר איז אנגעפולט מיט מוסר און עס וועקט אויף דעם מענטש ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


מיט דיין ווייב איז כדאי דו זאלסט לערנען אשר בנחל; אין אשר בנחל ליגט אלע דעם רבינ'ס ספרים: ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות און רבי נתן'ס ספרים.


אשר בנחל איז אנגעפולט מיט מוסר; א זיסע מוסר, א שיינע מוסר, די מוסר בייסט נישט, די מוסר שאדט נישט, עס רופט צוריק צו קומען צום אייבערשטן, עס וועקט אויף דעם מענטש, עס מוטיגט דעם מענטש און עס בארואיגט דעם מענטש.


עס זענען פארהאן אסאך מוסר ספרים, אבער עס איז דא מוסר פון רבי'ן וואס דאס איז אן אנדערע סארט מוסר, דאס איז מוסר פון משה רבינו. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אויף דעם וועג אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר ער מעג געבן מוסר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:) אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל, און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל און זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות, האט זיי משה רבינו געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, דאס איז די וועג פון זאגן מוסר; אויב חס ושלום מען זאגט מוסר און מען צעקלאפט יענעם - איז דאס א גרויסע סכנה, ווייל די מוסר העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער. זאגט דער רבי, אז דער וואס קען אויפהייבן א צווייטן איד, בשעת ער מוסר'ט ברענגט ער אריין א ליבשאפט און א האפענונג צום אייבערשטן - נאר דער מעג זאגן מוסר.


זיי זיך מחזק מיט דיין ווייב, לערנטס צוזאמען דעם רבינ'ס מוסר; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קכד): "איטליכס ווארט פון מוסר איז ביי מיר פארוואשן מיט טרערן"; עס איז אן אנדערע סארט מוסר, עס דערווארעמט דאס הארץ, עס איז מקרב יעדן איינעם צום הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר אלע בריוו, ניגונים, און שיעורים, וועלכע האבן ממש אויפגעלאכטן אונזער שטוב, איך מיט מיין מאן האלטן אלעס מיט, און דאס געבט אונז א וועג אין לעבן, מיין מאן באשלאסן אז נאר אין היכל הקודש ברסלב איז דא דער ריכטיגער מהלך פאר א אידישע שטוב.


מיר האבן אבער אסאך ספיקות און שאלות ווי אזוי זיך צו פירן ביי אסאך זאכן, און מיר ווייסן נישט ווי אזוי אנצוקומען און צו קענען פרעגן אלע אונזערע שאלות. מיר ווילן וויסן ווי אזוי מיר קענען אנקומען צום ראש ישיבה שליט"א אונז צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז נאר דורכ'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים קען מען האבן א שייכות מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען א גלייכן וועג אין לעבן, ווייל אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אין רבינ'ס תורות, אין ליקוטי מוהר"ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אזוי אויך אז מען לערנט דעם ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זיבעציג טויזנט בריוו, קען מען זען די גלייכע וועג אין לעבן; מען ווייסט ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן, ווער עס האט א פראגע קען זען אין אשר בנחל קלארע תשובות ווי אזוי זיך צו פירן. מוהרא"ש האט געזאגט אז יעדער וואס האט א שאלה זאל עפענען אן "אשר בנחל" וואו ער וועט טרעפן א תשובה; דאס איז בדוק ומנוסה.


אויך זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין ספר "עצתו אמונה"; יעדער בריוו איז שכל פאר'ן לעבן, יעדע בריוו איז שייך פאר יעדן מענטש, פון יעדע בריוו קען מען ארויסנעמען נאך שכל פאר'ן לעבן. מאכט זיך א שיעור דערין, יעדן טאג זאלט איר לערנען אפאר בריוו, אלע ספיקות און שאלות וועלן אייך פארענטפערט ווערן; אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז גענומען פון מוהרא"ש, פון ספר אשר בנחל, עס איז געשריבן אויף א שפראך פאר'ן היינטיגן דור.


נאר אזוי וועט איר האבן שייכות מיט היכל הקודש, אזוי ווי מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט דוקא אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט ביים טאנצן: "דו ווילסט מיר אנכאפן? לערן אשר בנחל, אזוי וועסטו מיר אנכאפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#13 - וועלכע ברסלב'ע ספרים זאל איך לערנען?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל ווערן מקורב צו ברסלב, איך קען זיך אבער נישט אויס אין די ברסלב'ע ספרים. וועלכע ספרים זענען דא אין ברסלב, און וועלכע ספרים זאל איך לערנען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן מיט'ן לערנען די שיחות און מעשיות פון רבי'ן; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. מאך זיך א שיעור אין ספר חיי מוהר"ן, אין ספר שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און אין ספר המידות; די ספרים וועסטו פארשטיין און דו וועסט טרעפן דערין גרויס חיזוק און ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן; אן ערליכער איד מיין איך אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען צוקומען ווען מען לערנט די עצות פון רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אינעם ספר 'אשר בנחל'; מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז אויף א פשוט'ע שפראך. אזוי ווי מען צעדריקט אן עפל פאר א קינד וואס קען נאך נישט עסן קיין גאנצע עפל, אזוי האט מוהרא"ש געטון - צעדריקט און צעריבן דעם רבינ'ס ספרים פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר פארשטייען נישט קיין טיפע תורות וכו', אז מיר זאלן דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.


דער וואס לערנט דעם ספר אשר בנחל ווערט נישט צעפאלן און צעבראכן ווען עס גייט איבער אויף אים שוועריקייטן; פרוביר דאס אויס וועסטו האבן התחזקות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#12 - ווי אזוי האט איר זיך געקענט דערהאלטן?
התחזקות, מחלוקת, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אייך באדאנקען אויף אלע חיזוק און דרשות, עס איז מיר מחיה שוין פאר אסאך יארן, און נישט נאר מיר נאר נאך פילע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט.


איך שטיי און איך וואונדער זיך ווי אזוי איר האט געקענט באווייזן דאס וואס איר האט באוויזן, ווען מ'קוקט אויף צוריק די שנאה און העצע וואס איז געווען אויפ'ן גאס קעגן אייער מהלך, קען מען ממש שטוינען ווי אזוי די וועלט האט זיך אזוי איבערגעדרייט, ווען היינט זעט שוין כמעט יעדער די גרויסקייט פון היכל הקודש, וויפיל אידן זענען זיך מחיה און שעפן עצות און חיזוק פון די עצות און דרשות. ובפרט איבער דעם ענין פון מאכן ביליגע שמחות, קוקט מען זייער שטארק ארויף אויף אייך.


איך וויל אבער פארשטיין ווי אזוי איר האט געהאט די כוחות הנפש די פריערדיגע יארן צו קענען זיך האלטן אזוי שטארק, פירן פארצווייגטע מוסדות, געבן אזויפיל דרשות און חיזוק, טראץ די אלע התנגדות וואס איז געווען קעגן אייך. איך טראכט אז אויב וועט איר ארויסגעבן פון וואו איר פערזענליך האט גענומען די חיזוק און כח נישט צו צעפאלן אין די שווערסטע זמנים, וועלן אנדערע אידן אויך קענען נעמען חיזוק פון דעם ווייטער אנצוגיין אין זייערע שווערע צייטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט וויסן דער סוד ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן און אנגיין אפילו אין שווערע צייטן? דער סוד איז לערנען דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל' וואס ענטהאלט וואונדערליכע בריוון וואס מוהרא"ש האט געשריבן דורכאויס זיין גאנץ לעבן.


ווען מען לערנט דעם ספר בויט זיך אויף אינעם מענטש א קלארע אמונה; מען הייבט אן קוקן אויף די וועלט ווי אלעס איז איין שטיק אייבערשטער - דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן. מען ווערט נישט מיואש ווען מען האט שווערע צייטן ווייל מען ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער שטייט אונטער אלעס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר פערזענליך מחזק געווען אין אלע שווערע צייטן, אבער בעיקר חיזוק האב איך גענומען פון מוהרא"ש'ס ספרים; דער ספר איז דער בעסטער חבר וואס איז שייך, ווייל דעם ספר קענסטו נעמען מיט זיך א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט.


ווען מען איז אנגעהאנגען אין א צווייטן ווערט מען זייער צעבראכן, ווייל דער מענטש אויף וועם מען איז אנגעהאנגען קען דאך נישט זיין גרייט פאר דיר ווען אימער דו דארפסט חיזוק וכדומה, יענער דארף דאך עסן, שלאפן און עוסק זיין אין זיינע פריוואטע זאכן, ער איז דאך אויך א מענטש; קומט אויס אז אויב דו ווארטסט צו באקומען חיזוק און דער מענטש איז נישט גרייט פאר דיר - וואס קענסטו טון? אבער אז דו האסט די ווערטער פונעם צדיק, דעם ספר פונעם צדיק - דאס קענסטו נעמען מיט זיך טאג און נאכט נאכט און טאג, און דאס האט מיר מחזק געווען אין אלע שוועריקייטן וואס איך בין אריבער (די שוועריקייטן וואס דו ווייסט און אויך די אלע שוועריקייטן וואס איז דיר נישט באקאנט, ווייל נאך אסאך מער שוועריקייטן בין איך אריבער פריוואט וכו' וכו') און דאס איז מיר נאך יעצט ווייטער מחזק.


אז דו וועסט לערנען דעם ספר אשר בנחל וועסטו פארשטיין ווי מען קען אנגיין אין לעבן אפילו אלע שפעטן פון דיר און אלע מאכן חוזק וכו' וכו'; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן אליינס. מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך שוין יעצט ווי מען אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט לגבי דעם ספר אשר בנחל: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל עס איז נישט דא נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט אזוי ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


זאלסטו זיך אויך מאכן א שיעור אין דעם ספר אשר בנחל, "הֲפָךְ בָּהּ וַהֲפָךְ בָּהּ, דְּכֹלָּא בָהּ (אבות ה, כב)"; לאז נישט אפ דעם ספר "אשר בנחל". אז דו וועסט דאס לערנען וועסטו שוין נישט דארפן קיין שום חיזוק און קיינער וועט דיר נישט קענען צעברעכן, דו וועסט לעבן מיטן אייבערשטן בתכלית השלימות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - א גרויסן יישר כח, איר האט געראטעוועט מיין לעבן!
אשר בנחל, מוהרא"ש, דרשות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איבער א האלב יאר צוריק האב איך באקומען א קארטל פון א בחור, מיט די נומער פון די "קול ברסלב" האטליין, וואו מ'קען הערן שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האב איך שוין געהערט אומגעפער 30 טויזנט מינוט פון עצות און חיזוק, און יעצט האב איך זיך גענומען די מיה צום ערשטן מאל צו שרייבן א יישר כח, צו דאנקען אויף דעם וואס איר האט מיר ממש געגעבן לעבן.


די פילע עצות האבן מיר אזויפיל געהאלפן אויף טריט און שריט, און ספעציעל די עצה צו רעדן צום אייבערשטן ווי צו א גוטער פריינד, און די עצות אויף שלום בית, האבן מיר גאר שטארק געהאלפן אין מיין טאג טעגליכן לעבן.


א חודש צוריק בין איך געווען ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, און מיט טרערן אין די אויגן האב איך דארט געדאנקט מוהרא"ש אז ער האט איבערגעלאזט אזא תלמיד וואס געבט איבער ווייטער זיינע לימודים, און וואס איז מחזק די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן פיל כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס קען מען זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה און מיט תכלית. נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


איין זאך בעט איך דיר זייער, מאך זיך שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים וועט דיין התקרבות זיין א זאך וואס וועט אנהאלטן אויף שטענדיג. ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן דארף מען אסאך לערנען דעם רבינ'ס ספרים, ווייל מען קען נישט זיין מקורב צום רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספורי מעשיות און ספר המידות; אזוי וועט דיין התקרבות זיין שטארק און דו וועסט זיך נישט צו טון מאכן פון קיינעם וכו'. ווייל ליידער אין ברסלב דרייען זיך אסאך וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן און זענען מחליש דעת פרישע מקורבים וכו' מיט שיחות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און דורכדעם זענען זיי מרחק פרישע מקורבים וואס קענען נאכנישט דעם רבינ'ס תורות און שיחות, און מיינען אז יעדער וואס דריידט זיך אין ברסלב איז א ברסלב'ער חסיד.


אזוי ווי די מעשה גייט מיט רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה וואס האט אמאל געכאפט א היטש מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", און רבי נחמן טולטשינער האט אים מקנא געווען. נאכדעם ווען ער איז געקומען צו רבי נתן האט ער אים דאס דערציילט: "איך האב געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן", זאגט אים רבי נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט 'געקענט' דעם רבי'ן, ער האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן - דער קען דעם רבי'ן און ער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


דעריבער אז איך זע אז דו שרייבסט מיט אזא שמחה אז דיין לעבן האט זיך דיר געטוישט צום גוטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים - בפרט אינעם ספר הקדוש אשר בנחל וואס איז כלול פון אלע ספרים פון רבי'ן - וועט דיר קיינער נישט קענען אוועק נעמען פון רבי'ן.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "מען קען נישט האבן שייכות מיטן רבי'ן נאר אז מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים"; זאלסטו זיך מאכן שיעורים כסדרן אינעם רבינ'ס ספרים וועסטו האבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - פארוואס שרייבט מוהרא"ש אזוי שארף וועגן דאווענען מיט מנין?
תפילה והתבודדות, אשר בנחל, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין א בריוו אין ספר הקדוש "אשר בנחל" וואו מוהרא"ש שרייבט דארט זייער שארף פאר א פרוי אז איר מאן האט זיכער נישט קיין יראת שמים אויב ער דאווענט ביחידות. עס האט מיר זייער וויי געטון דאס צו ליינען, ווייל איך מוטשע זיך אויך מיט דעם, און איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך זאל קענען דאווענען מיט מנין, ווי אזוי קען מען זאגן אז מען איז נישט קיין ירא שמים אויב דאווענט מען צום אייבערשטן, אז מ'דאווענט האט מען דאך יראת שמים?


קען זיין אז מוהרא"ש איז געווען אזוי גרויס אז לגבי אים הייסט דאס אז מ'האט נישט קיין יראת שמים אויב דאווענט מען נישט מיט מנין, אבער ווי אזוי קען מען שרייבן אזוי שארף און לכבוד דעם צונעמען דעם טיטל ירא שמים פון א פשוטן מענטש?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט (שו"ת ברסלב חלק א, מכתב ד) פאר א פרוי וואס פרעגט א שאלה: "בעלי הוא ירא שמים ולומד בכולל, אבל יש לו דבר שמפריע לי שהוא אוהב לישון, וכל יום הוא מתעורר בשעה 10:00 או 11:00, ואז הוא מניח תפילין ומתפלל בבית, ואחר כך הולך לכולל", מיין מאן איז ירא שמים אן ערליכער איד, אבער ער האט זייער ליב צו שלאפן; ער שטייט אויף צען אזייגער, דעמאלט לייגט ער תפילין און דאווענט אין שטוב ביחידות, דאס שטערט מיר זייער, און זי פרעגט וואס זי זאל טון.


ענטפערט איר מוהרא"ש: "צר לי להודיע לך שאת כותבת שבעלך הוא ירא שמים וכו', אם זה היה נכון הוא לא היה מתפלל ביחידות בבית וכו'", עס טוט מיר זייער וויי וואס דו שרייבסט אויף דיין מאן אז ער איז א "ירא שמים", אויב וואלט ער געווען א 'ירא שמים' וואלט ער דען געדאווענט אין שטוב ביחידות?!


דו פרעגסט היתכן צו שרייבן אזא שארפע בריוו וכו'; עס זעט אויס ווי דו האסט זיך אפגעשטעלט ביי די ערשטע שורה, ליין דעם גאנצן תשובה וועסטו זען די רחמנות וואס מוהרא"ש האט אויף זיי. פון איין זייט ברענגט מוהרא"ש ארויס דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט: "כי אי אפשר לתאר ולשער את מעלת המתפלל את השלוש תפלות במנין דייקא, כי אז הוא עת רצון גדול בשמים", מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאווענען דוקא מיט מנין, "כמאמרם ז"ל (ברכות ח.): מַאי דִּכְתִיב (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְּךָ ה' עֵת רָצוֹן" אֵימָתַי עֵת רָצוֹן? בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין; אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן, ווען איז דער עת רצון וואס דעמאלט ווערן אנגענומען אלע תפילות? בשעת ווען דער ציבור דאווענט, "וכן על ידי שמתפללים במנין נמשך עליו השגחה שלימה", ווען מען דאווענט מיט מנין ציט מען ארויף אויף זיך די השגחה, "כמאמרם ז"ל (ברכות ו:): כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול; מיט דעם וואס א מענטש איז מקפיד צו דאווענען מיט מנין דיקא, איז ווען ער קען נישט קומען ווייל עפעס גייט אריבער אויף אים פרעגט דער אייבערשטער אויף אים פארוואס ער איז נישט געקומען, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם, "הרי שמשתלם להתפלל במנין, שעל ידי זה ממשיך על עצמו השגחה עליונה", זעט מען אז עס איז ווערד צו דאווענען מיט מנין כדי צו ציען אויף זיך די השגחה.


מוהרא"ש שרייבט איר ווייטער: "עצה לקום מוקדם, הוא ללכת לישון מוקדם", די בעסטע עצה אויפצושטיין פרי איז זיך צי לייגן פרי, "כי בדרך כלל הס"מ מסבב עם כל אחד בלילה שיסתובב בלא כלום ובלא מעש וכו' וכו', כי יודע שכך יתפוס אותו בבוקר שלא יוכל לקום, ויאחר את זמן התפלה וכו', ולא יתפלל במנין", דער ס"מ זוכט אויפצוהאלטן דעם מענטש ביינאכט ער זאל זיין באשעפטיגט ביז שפעט ביינאכט, ווייל ער ווייסט אז אויב וועט דער מענטש גיין שלאפן שפעט וועט ער אויפשטיין שפעט, אזוי ארום וועט ער פארפאסן זמן תפילה און נישט דאווענען מיט מנין, דעריבער האלט ער אויף דעם מענטש ביינאכט ער זאל נישט גיין שלאפן, אלעס נאר ווייל ער וויל אים צונעמען זיין דאווענען וכו'.


פון דער אנדערע זייט שרייבט איר מוהרא"ש: "את לא צריכה להיות השוטרת שלו", דו זאלסט נישט זיין פאר אים זיין פאליס-מאן און נישט שאפן אויף אים, "עם כל זאת מה טוב ומה נעים באם תחזקי אותו שילך לישון מוקדם יחסית וכו', כדי שיוכל לקום לתפלה", נאר זיי אים מחזק צו גיין שלאפן פרי, אזוי וועט ער אליינס אויפשטיין צייטליך, "וזה גם חינוכי להילדים שיראו שאבא הולך להתפלל במנין", דאס איז אויך זייער וויכטיג פאר די חינוך פון די קינדער, זיי זאלן זען ווי דער טאטע גייט אין שול דאווענען מיט מנין, דורכדעם וועלן זיי אויך גיין אין שול דאווענען.


מוהרא"ש איז איר מחזק: "ואת גודל הזכות של האשה שמחזקת ומעודדת את בעלה שיתפלל במנין וילך ללמוד, זה אין לתאר ואין לשער כלל", מען קען זיך נישט פארשטעלן די זכות וואס א פרוי האט אויבן אין הימל מיט דעם וואס זי איז מחזק איר מאן צי דאווענען און לערנען, "עד שאמרו חכמינו הקדושים (ברכות יז.): גְדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים וכו', דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר די פרויען מער ווי פאר די מענער, צוליב וואס אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל, ווייל די פרויען שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.


דו פרעגסט 'היתכן צו שרייבן אזא שארפע בריוו וכו''; פארוואס זאלסטו אנקוקן דעם בריוו אז דאס איז שארף ווען דאס איז געשריבן מיט אזא רחמנות?! אז מען זאגט פאר א מענטש וואס ער דארף פאררעכטן איז דאס נישט שארף, שארף איז ווען מען זאגט פאר איינעם: "דו ביסט שוין פארפאלן", שארף איז ווען מען שרייבט: "דיין דאווענען איז גארנישט ווערד", "דיין תורה גייט פאר די קליפות", אז מען זאגט פאר א מענטש וואס ער האט צו פאררעכטן איז דאס לויטער רחמנות.


מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, מען זאגט נישט פאר די קינדער וואס צו טון ווייל מען וויל זיין 'גוטע עלטערן'; מען כאפט נישט אז מיטן נישט זאגן וואס צו טון ווערט מען נישט קיין באליבטע עלטערן, מען ווערט שלעכטע עלטערן. קינדער האבן ליב ווען מען זאגט זיי וואס צו טון, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אהבה, סימן ז): "כְּשֶׁתְּחַזֵּק אֶת הָאָדָם בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא יֹאהַב אוֹתְךָ", ווען דו וועסט מחזק זיין א מענטש ער זאל זיך שטארקן אין עבודת השם וועט ער דיך ליב האבן; עלטערן דארפן זאגן פאר קינדער וואס צו טון, און אזוי אויך א רבי, א מורה דרך דארף זאגן פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.


וויסן זאלסטו אז עס נישט דא נאך אזא ספר וואס איז מחזק און מעודד אידישע קינדער ווי דער ספר הקדוש: "אשר בנחל", בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אידישע קינדער זיי מחזק זיין און זיי צוריק קערן צום אייבערשטן. ווער עס געוואוינט זיך צו צו לערנען אין דעם ספר דארף שוין נישט קיין שום חיזוק, ווייל עס איז נישט דא נאך א ספר וואס איז מחזק דעם מענטש ווי דעם ספר: "אשר בנחל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - איך וויל לערנען "ליקוטי הלכות", וואס טו איך אבער אז איך פארשטיי נישט?
אשר בנחל, מוהרא"ש, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האט געהערט ביי איינע פון די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די גרויסקייט פון רבי נתן, האב איך באקומען א חשק אנצוהויבן לערנען זיין הייליג ספר ליקוטי הלכות, אבער פון די גאנצע באנד וואס איך האב שוין דורכגעלערנט, האב איך כמעט גארנישט פארשטאנען; זאל איך ווייטער לערנען ליקוטי הלכות?


שלמה חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו פארשטייסט נישט קיין ליקוטי הלכות זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ספר "אשר בנחל".


מוהרא"ש האט געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוון צו מחזק זיין אלע מענטשן אין וואסערע צרה זיי געפונען זיך נאר; ווער עס לערנט "אשר בנחל" דער דארף שוין נישט קיין שום התחזקות.


דער רבינו תם זאגט (טור יורה דעה, סימן רמו): "בְּתַלְמוּד בַּבְלִי שֶׁהוּא בָּלוּל בְּמִקְרָא בְּמִשְׁנָה וּגְמָרָא אָדָם יוֹצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁבִיל הַכֹּל", אין גמרא ליגט אלעס - מקרא משנה וכו', ממילא אז מען לערנט גמרא, לערנט מען פון אלעס; אזוי אויך, אז דו וועסט לערנען אשר בנחל וועסטו דארט האבן אלעס - ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המידות, סיפורי מעשיות און אויך ליקוטי הלכות.


מוהרא"ש האט געלערנט דעם ספר ליקוטי הלכות אן א שיעור מאל, איין תקופה האט ער געלערנט און געענדיגט דעם ספר ליקוטי הלכות יעדע חודש במשך דרייסיג חדשים אין איין צו, אויך האט מוהרא"ש געזאגט אז ער האט געלערנט דעם ספר ליקוטי מוהר"ן מער מאל וויפיל האר א מענטש האט אויפן קאפ; קומט אויס אז ווען מען לערנט אשר בנחל לערנט מען וואס דער רבי האט געזאגט און וואס רבי נתן האט געזאגט - בעיקר אויף לעובדא ולמעשה.


טייערער ברודער, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כב): "הֲפָךְ בָּהּ וַהֲפָךְ בָּהּ, דְּכֹלָּא בָהּ. ובָהּ תֶּחֱזֵי, וְסִיב וּבְלֵה בַהּ, וּמִנַּהּ לָא תְזוּעַ, שֶׁאֵין לְךָ מִדָּה טוֹבָה הֵימֶנָּה"; לאז נישט אפ דעם ספר "אשר בנחל". אז דו וועסט דאס לערנען וועסטו שוין נישט דארפן קיין שום חיזוק; קיינער וועט דיר נישט קענען צעברעכן, דו וועסט לעבן מיטן אייבערשטן און דו וועסט זיין דבוק צום אייבערשטן בתכלית השלימות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - קען מען טאקע אלעס טרעפן אין ספר הקדוש "אשר בנחל"?
אשר בנחל, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין מירון האב איך געטראפן א מפיץ וואס האט מיר פארקויפט אן "אשר בנחל", ער האט מיר געזאגט אז מוהרא"ש האט געזאגט אז ווען א איד האט סיי וועלכע שאלה זאל ער עפענען דעם ספר "אשר בנחל" און ער וועט דארט טרעפן אן ענטפער. האב איך געוואלט פרעגן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויב דאס איז טאקע אמת, אויב איר ווייסט אויך פון דעם.


יישר כח, מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט דערציילט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר ר' נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א כל בו, ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס; דרוש, חסידות וכו', האט זיך ר' נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך ווי אין גן עדן, און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפענט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגע בריוו זעט מען די לויטערע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט געזאגט: "ווען איך בין געווען יונג האב איך געזען ווי אינגעלייט זוכן און נישטערן אין ספרים צו טרעפן עפעס התחזקות; מען מישט אהער און מען מישט אהין, מען זוכט וואו קען מען טרעפן אביסל מַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה, מען זוכט א ווארט אדער א רמז אז מען קען נאך תשובה טון, האב איך מחליט געווען אז איך וועל ארויס געבן אזעלכע ספרים וואס מען וועט נישט דארפן מישן אהער און אהין, מען וועט נישט דארפן זוכן התחזקות, נאר וואו מען וועט נאר עפענען דעם ספר וועט מען גלייך טרעפן וואס מען דארף צו קענען ווערן אן ערליכער איד".


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם ספר "אשר בנחל, חלק כז"; איך האב נישט געוואוסט ווער עס האט געשריבן דעם ספר (מוהרא"ש האט נישט געשריבן זיין נאמען אין זיינע ספרים); איך פלעג דאס נעמען אין די הענט אין נישט קענען אראפלייגן, איך האב דאס אנגעהויבן און גענדיגט טאג נאך טאג, דאס האט מיר אויפגעפלאקערט מיין הארץ צום אייבערשטן און מיר מורא'דיג מחי' געווען און מחזק געווען. עס איז שוין אריבער פערצן זינט דאן און איך קען נישט פארגעסן דעם פארגענוגן וואס איך האב דעמאלט געשפירט.


בנוגע וואס דו פרעגסט אויב מען האט א שאלה וכו'; מוהרא"ש האט געזאגט אז יעדער וואס האט א שאלה זאל עפענען אן "אשר בנחל", וועט ער טרעפן א תשובה; דאס איז בדוק ומנוסה. אדרבה, פראביר דאס אליינס אויס, וועסטו זען אז דו וועסט טרעפן אן ענטפער אויף וואס דו ביסט מסופק.


אויך האט מוהרא"ש מבטיח געווען אז ווער עס וועט העלפן דרוקן דעם ספר אשר בנחל וועט זען וואונדערליכע ישועות און אפענע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים וואס זענען מחזק אלפים ורבבות אידן, און ברענגט זיי צוריק לאביהם שבשמים.

#7 - קען מען טרעפן אן ענטפער אויף אלע שאלות אין "אשר בנחל"?
חסידות ברסלב, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז אמת אז מוהרא"ש האט געזאגט אז איינער וואס האט סיי וועלכע שאלה אין לעבן, זאל ער עפענען דעם ספר הקדוש "אשר בנחל", און ער וועט טרעפן אן ענטפער.


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שאלות ותשובות וואס העלפן מיר ארויס גאר אסאך.


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחיה ומחזק מיט זיינע ספרים; יעדער איד אין יעדע מצב קען טרעפן חיזוק און עצות אין דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דער רבי בלאזט אריין אין אונז א פרישע גייסט אז מיר זאלן נאכאמאל אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, אפילו מיר זעהן אז עס איז כמעט נישט מעגליך. דער רבי געבט אונז די עצות וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן אלעס וואס ער דארף; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן"; דאס טוט דער רבי מיט אונז יעצט, דער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און אים פארציילן יעדע זאך וואס מיר דארפן.


דער אייבערשטער האט אונז געשיקט אין אונזער דור מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט אויף א גרינגע פשוט'ע שפראך, אז יעדער איינער זאל זיך קענען באניצן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צג): "עס איז דא אמאל א גרויסע ליכט וואס שיינט זייער שטארק, אבער פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם ליכטיקייט, דארף מען האבן א גרויסע מענטש זאל נעמען די ליכט און דאס צעטיילן אויף קליינע ליכט, אז אפילו פשוט'ע מענטשן זאלן אויך האבן השגה אין דעם, עיין שם; דאס האט מוהרא"ש געטון, ער האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס איבערגעשריבן אויף א שפראך וואס מיר פשוט'ע מענטשן פארשטייען.


פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזענט בריוו. בריוון וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואס ער איז.


איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם ספר "אשר בנחל" חלק כז; דאס האט געביטן מיין לעבן, דאס האט אריין געבלאזן אין מיר א רוח חיים, און עד היום נעם איך מיין גאנצע התחזקות פון אשר בנחל, יעדע מאל איך לערן דעם ספר פרישט עס מיך אויף צו דינען דעם אייבערשטן און זיך דערהאלטן.


מוהרא"ש האט געזאגט: "ווער עס האט א פראבלעם אין לעבן, זאל עפענען זיין ספר אשר בנחל, וועט ער טרעפן אן עצה אויף זיין פראבלעם", מוהרא"ש האט געזאגט אז מען זאל דאס פרובירן, מען זאל עפענען אן אשר בנחל וועט מען טרעפן אן עצה אויף יעדע פראבלעם, דאס איז בדוק ומנוסה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דעת, סימן יד): "כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵידַע אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּאֵיזֶה דָּבָר, יִפְתַּח סֵפֶר וְיָבִין אֵיךְ לְהִתְנַהֵג", ווען א מענטש וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאל ער עפענען א ספר וועט ער פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן אז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן; מיר זאלן לעבן מיטן תכלית, אז איין טאג וועלן מיר אלעס איבערלאזן, און עס וועט פון אונז גארנישט איבערבלייבן, נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים וואס מיר האבן אריינגעכאפט.


מוהרא"ש פלעגט חזר'ן כסדר דאס וואס חז"ל זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און אים דערציילן יעדע זאך, וועט אים דאס באגלייטן אויף אייביג; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס גע'חזר'ט זיין גאנצע לעבן, און דאס שטייט אין אלע זיינע הייליגע ספרים; אז א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים, און דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


ווען מוהרא"ש האט געכאפט די הארץ אטאקע לא עלינו, איז ער געזיצן אונטן ביי זיך אין צימער, עס איז געווען שפעט ביינאכט, מוהרא"ש האט געשפירט ווי ער קען נישט אטאמען (אזוי ווי מען שפירט ווען מען כאפט אן הארץ אטאקע); מוהרא"ש האט דערציילט שפעטער ביים שיעור: "איך האט נישט געוואוסט וואס צו טון, איך האב זייער מורא געהאט אז איך וועל שטארבן אין מיין צימער און קיינער וועט נישט וויסן וכו', אבער איין זאך האב איך געהאט – תפילה! איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל נאך קענען ארויף גיין אין שטוב, אז מען זאל זען ווי איך ווער נפטר, און איך זאל נישט בלייבן דא איינגעשפארט אליין, דעמאלט האב איך געזען - האט מוהרא"ש געזאגט - פשט אין דעם חז"ל: 'לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ', אז נאר דאס נעמט א מענטש מיט לבית עולמו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי שטארקט מען זיך אז אלעס איז נאר פאר מיין גוטס?
אמונה, אשר בנחל, קשיות, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין שיחות הר"ן (סימן כ"ו), "גם בני אדם השומעים התורה של הצדיק האמת ואינם מבינים אותה, לעתיד בעולם הבא יבינו, כי עיקר התורה היא להנשמות", אז מענטשן וואס הערן די תורה פונעם צדיק האמת און זיי פארשטייען עס נישט, וועלן עס פארשטיין אויף יענע וועלט, ווייל די עיקר תורה ווערט געזאגט פאר די נשמות.


וואונדער איך זיך, אין היכל הקודש לערנט מען דאך אויס אז יעדע זאך וואס דער צדיק זאגט איז לעובדא ולמעשה, צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט, איז וואס איז פשט פון הערן תורה פון א צדיק וואס מען פארשטייט נישט? די תורה פונעם צדיק איז דאך לעובדא ולמעשה?


נאך א זאך וואס איך האב געוואלט פרעגן, ווי מער איך גיי אריין אין די זאך פון אמונה, איך פרוביר צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, מאכן התבודדות און דאנקען דעם באשעפער, זע איך ווי דאס זיין אזוי שטארק צוגעבינדן צום אייבערשטן, ברענגט מיר אסאך מאל אן אומאנגענעמע געפיל.


למשל, ווען ס'איז א שווערע וועטער, ס'רעגנט, אז מ'לעבט מיט א שטארקע אמונה ווייסט מען אז די רעגן קומט פונעם אייבערשטן, נישט סתם ס'איז א טבע, קען מען חס ושלום ווערן ברוגז, פארוואס רעגנט אזוי סאך? פארוואס מאכט דער אייבערשטער אז די רעגן זאל מאכן אזוי נערוועז?


אדער ביי אנדערע נישט בא'טעמ'טע זאכן אין לעבן, טאקע ווייל מ'לעבט מיט אמונה, שפירט מען מער אז די שוועריקייטן קומען גלייך פון אייבערשטן, מען פילט ווי דער אייבערשטער מאכט מיר די שוועריקייטן, און אזוי ווייטער, קען מען ווערן מער טרויעריג.


ווי אזוי קען מען מאכן אז אפילו מען איז מכיר אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, זאל מען זיך קענען האלטן אין די ראמען און נישט ווערן ברוגז פון שוועריקייטן אין לעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב), דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ" און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל, חס ושלום, דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר ווייסן נישט און מיר פארשטייען נישט, און דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


יעדע קשיא אויף די אמונה, יעדע פארוואס אויף וואס פאסירט - איז א קליפה; עס שטייט (תהלים קטו, ב): "לָמָה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", זאגט מוהרא"ש: "לָמָה, יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט אויף יעדע זאך וואס גייט אים נישט אזוי ווי וויל, 'פארוואס?' ער ווערט נערוועז פון זאכן וואס גייען קעגן זיין ווילן, להבדיל א איד, פרעגט נישט קיין קשיות, א איד גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פינקטליכקייט בצדק ובמשפט.


איך בעט דיר זייער זאלסט חזר'ן די אמונה, חזר זיך אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט, מען קען נישט מאכן אנדערש, מען קען נישט מאכן פארקערט, מיר פארשטייען נישט בעסער, מיר ווייסן נישט וואס איז די סודות פון די בריאה, מיר דארפן נאר חזר'ן "כל מה דעביד רחמנא" אלעס וואס דער אייבערשטער טוט – "לטב עביד" איז צום גוטן.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל - וועסטו אנהויבן שפירן דעם אייבערשטן, וועסט זען די שיינקייט פון די בריאה, ווי שיין דער אייבערשטער פירט אלעס, וועסט שפירן טעם עולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א
 גוט געבענטשט יאר.

#5 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#4 - ווי אזוי קען איך האבן א גוטע סדר צו לערנען ליקוטי הלכות?
ספרי ברסלב, אשר בנחל, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די שיינע בריוו, וואס זענען מיר מחי' און מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער א סדר ווי אזוי צו ליקוטי הלכות, וואס איז א גוטע וועג וואס איך קען זיך אויסשטעלן צו קענען לערנען ליקוטי הלכות, און וויפיל צו לערנען יעדן טאג.


איך האב שוין אסאך מאל אנגעהויבן לערנען דעם הייליגן ספר, אבער אלץ האב איך למעשה אויפגעהערט נאך ממש אין אנהויב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל. מוהרא"ש האט ארויסגענומען די חיזוק פון ספר לקוטי הלכות אויף אן אופן אז יעדע איינער זאל עס פארשטיין, דו וועסט זיך מחי' זיין מיט די שיינע זיסע בריוו; נאכדעם וועט דיר זיין גרינגער צו לערנען א שיעור אין לקוטי הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך קויפן די לאטערי?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, פרנסה, פירושים, לאטערי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן צוויי קליינע שאלות, אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ערקלערן און ענטפערן.


א. איך האב געלערנט אין אשר בנחל חלק ו' מכתב תשי"ב, מוהרא"ש שרייבט דארט: "על כל דבר שצריך לפעול ישפוך תפלות בעושר אליו יתברך תפלה אחר תפלה, עד שיזכה וכו', האב איך געוואלט פרעגן וואס איז פשט ישפוך תפלות בעושר.


ב. וואס האלט דער ראש ישיבה וועגן קויפן די לאטערי?


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אטעם צום לעבן; מ'קען דאס ליינען אויף צוויי וועגן, איינס, 'אטעם' - לופט צו אטעמען; און נאך א וועג 'א טעם'. און ביידע זענען ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל וועט אלץ האבן חיזוק, ער וועט אלץ בענקען צום אייבערשטן; עס איז נישטא נאך אזא ספר וואס זאל אזוי מחזק זיין און מעודד זיין ווי דער ספר אשר בנחל.


דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה", אויף יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן זאל מען גיסן תפילות צום אייבערשטן בעשירות; דאס איז א חז"ל, די תורה זאגט (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר קינדער, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סג, ה) עס שטייט א לשון 'וַיֶּעְתַּר', עס שטייט נישט 'ויתפלל' אדער אן אנדערע לשון פון תפילה, "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר שֶׁשָּׁפַךְ תְּפִלּוֹת בְּעשֶׁר", 'וַיֶּעְתַּר' איז א לשון פון עשירות, ער האט געגאסן תפילות אזוי ווי אן עושר; אן עושר האט אין יעדע טאש געלט, ווען מען בעט אים געלט נעמט ער און גיסט געלט, וואס ער דארף - גיסט זיך געלט, אזוי האט יצחק אבינו געבעטן דעם אייבערשטן, עס האט זיך געגאסן תפילות פון אים, נאך און נאך און נאך.


בנוגע לאטערי; קויף נישט קיין לאטערי, עס איז א שאד די דאלער, א שאד יעדע פרוטה וואס מען לייגט אריין אין דעם; אז דו ווילסט שפע - זאלסטו טון וואס מוהרא"ש זאגט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה, עַד שֶׁיִּזְכֶּה וכו'", בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם געב מיר פרנסה, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין שטוב, מיין ווייב און קינדער"; בעט און בעט איינמאל און נאכאמאל, א צווייטע מאל, און א דריטע מאל, אן א שיעור; אזוי ווי אן עושר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וואו איז די חז"ל אז א בת קול האט געזאגט אויף דוד המלך "ער רופט מיר טאטע"?
מחלוקת, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיינע שיעורים, יישר כח


איך האב געהערט ביי א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אין די סוכה, איבער דעם וואס מוהרא"ש זי"ע ברענגט אין אשר בנחל א מדרש אויפ'ן פסוק "הוא יקראינו אבי אתה", אז די סנהדרין האבן געוואלט אויסשליסן דוד המלך פון כלל ישראל, און ס'איז ארויסגעקומען א בת קול פון אונטער זייערע בענקעלעך "ער רופט מיר טאטע - הוא יקראינו אבי אתה".


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר צוצוכיינען וואו מוהרא"ש זי"ע שרייבט דאס אין אשר בנחל, ווייל דאס ווארט איז א מורא'דיגע זיסע ווארט, און איך האב פרובירט צו זוכן דעם מאמר חז"ל, און דערווייל האב איך עס נאכנישט געקענט טרעפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר מיינע ערשטע יארן, תחילת התקרבותי אין היכל הקודש, ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מוהרא"ש. דאס האט אזוי געשטארקט מיין התבודדות, עס האט מיר געגעבן אזויפיל כח צו פרובירן רעדן צום אייבערשטן און זאגן נאר די איינע ווארט: "טאטע, טאטע!"


ווי הויך און חשוב איז אין הימל ווען מען זאגט צום אייבערשטן: "טאטע!" דער מענטש וואס איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן וואס ער דארף אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע - שטייט העכער פון אלעמען, העכער פון די סנהדרין וואס זיי זענען די העכסטע, ער איז העכער פון זיי, ווייל (תהלים פט, כז): "הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי".


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ח, מכתב תתקכ), איינער פרעגט מוהרא"ש די שאלה: "חִפַּשְׂתִּי בְּכָל הַמִּדְרָשִׁים, וְלֹא מָצָאתִי אֶת הַמִּדְרָשׁ הַנּוֹרָא שֶׁמּוּבָא כִּמְעַט בְּכָל סֵפֶר שֶׁנִּדְפַּס מִמּוֹהֲרֹא"שׁ שְׁלִיטָ"א - עַל הַפָּסוּק בִּתְהִלִּים: 'הוּא יִקְרָאֵנִי אָבִי'", איך האב געזוכט אין אלע מדרשים די וואונדערליכע מדרש וואס מוהרא"ש ברענגט שטענדיג אויפ'ן פסוק 'הוא יקראנו אבי', אז ווען די סנהדרין האבן געוואלט דן זיין דוד המלך, מען האט אים געוואלט פסל'ן פון זיין א איד - איז ארויס א בת קול פון אונטער זייער בענקל און געזאגט, איר זענט אים דן? ער רופט מיר טאטע! דער פרעגער פרעגט: "יָגַעְתִּי וְלֹא מָצָאתִי", איך האב געזוכט און נישט געטראפן, "אֶהְיֶה אָסִיר תּוֹדָה, אִם הַצַּדִּיק יַחֲזִיר לִי תְּשׁוּבָה - הֵיכָן נִמְצָא הַמַּאֲמָר הַזֶּה", איך וועל זיך זייער פרייען אויב מוהרא"ש וועט מיר ענטפערן וואו דאס שטייט.


און מוהרא"ש ענטפערט אים, עס איז א מדרש אין אוצר המדרשים, אז דוד המלך איז געראטעוועט געווארן דורך דעם וואס עס איז ארויס א בת קול און געזאגט פאר די סנהדרין: "איר ווילט זאגן אויף דוד המלך ער איז נישט קיין איד? ער רופט מיר טאטע!" און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.


אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (יבמות עו:) אז דואג האדומי האט געזאגט פאר שאול המלך, איידער דער קעניג אינטערעסירט זיך אויף דוד אויב ער איז פאסיג צו זיין א קעניג, זאל מען ערשט מברר זיין אויב ער איז בכלל ראוי צו זיין א חלק פון כלל ישראל, ווייל ער שטאמט פון רות המואביה. דואג האדומי איז געווען פון די בית דין פון שאול המלך, ער האט געוואלט פסל'ן דוד המלך לבוא בקהל וכו', און אזוי אויך אחיתופל, אבער ביים סוף זענען זיי געשטארבן מיט א מיתה משונה.


מוהרא"ש פירט אויס: "וואויל איז דער וואס געבט אכטונג נישט וויי צו טון א צווייטן איד, ער טשעפעט נישט קיינעם; ווייל דער וואס רודפ'ט א צווייטן וועט ביים סוף שטארבן מיט א מיתה משונה, ער ווערט פארשעמט ווערן פאר אלעמען, אזוי ווי דואג און אחיתופל".


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "אַשְׁרֵי הָאָדָם שֶׁזּוֹכֶה תָּמִיד לְהִתְחַבֵּא אֵצֶל הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא", וואויל איז דעם מענטש וואס באהאלט זיך ביים אייבערשטן, "שֶׁאָז הַקָּדוֹשׁ־בָּרוּךְ־הוּא בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר עָלָיו, וְיַפִּיל אֶת שׂוֹנְאָיו לְפָנָיו", וועט אים דער אייבערשטער אליינס אפהיטן פון אלעם שלעכטס און זיינע פיינט וועלן האבן א מפלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מעג איך מנדב זיין פאר אשר בנחל, אין די צייט וואס איך בין שולדיג חובות?
חובות, אשר בנחל, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן; אויב איך האב חובות, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, מעג איך געבן געלט צו דרוקן "אשר בנחל"? און אויב יא, דארף מען געבן פאר א גאנצע ספר, אדער איז גענוג צו געבן א חלק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פרעגן נאך שטערקער; אויב איינער וויל מנדב זיין געלט פאר אשר בנחל אויב ער מעג גיין איינברעכן אין א הויז גנב'נען געלט צו קענען דרוקן אשר בנחל, אדער גיין שטילערהייט ארויסנעמען געלט פון איינעמס טאש צו קענען דרוקן אשר בנחל; וואס טראכסטו, וואס וואלסטו געזאגט, מען מעג? איז דאס בכלל א שאלה?! אודאי טאר מען נישט! מען טאר נישט גנב'נען אפילו מען וויל טון מצוות, דאס איז א מצוה הבאה בעבירה.


אזוי איז ווען איינער איז שולדיג געלט פאר אנדערע, יעדע פרוטה וואס ער האט דארף ער קודם צוריקצאלן פאר זיינע בעלי חובות; ער טאר אפילו נישט געבן קיין מעשר, די מעשר געהערט פאר די בעלי חובות.


אז דו האסט א געפיל אין ספר אשר בנחל זאלסטו טון וואס מוהרא"ש חזר'ט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל, מען זאל באצאלן חובות; אז מען האט נישט קיין געלט זאל מען גיין צאמנעמען געלט צו קענען באצאלן די חובות, עס איז נישט קיין בושה צאמצונעמען געלט ווען מען האט נישט צו באצאלן, א בושה איז בארגן אן קיין חשבון, זיין שולדיג חובות - דאס איז א חרפה און בושה; א בושה איז ווען מען קומט געלט פאר בעלי חובות און מען געבט צדקה, מען האלט זיך ווי א שיינער איד, דאס איז די גרעסטע בושה.


עס איז וויכטיג צו באמערקן אז ווען מען רעדט פון חובות מיינט דאס נישט א מארטגידזש, אז מען האט א מארטגידזש (משכנתא); דאס איז אזוי ווי רענט, דאס צאלט מען צוביסליך יעדע חודש, אזוי אויך אז מען האט געבארגט פון גמ"ח און עס גייט אראפ חודש'ליך פונעם באנק אקאונט, דאס איז עפעס אנדערש; מען רעדט פון חובות, פון זיין שולדיג פאר מענטשן, עס איז שוין לאנג אריבער דער זמן הפרעון און אנשטאט באצאלן געבט מען צדקות, דאס איז גניבה וגזילה.


אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דיין חיות איז דער רבי, דיין וועג ווייזער איז דער רבי - זאלסטו אכטונג געבן פון יעצט מער נישט צו בארגן און שוין מאכן א פלאן ווי אזוי צו באצאלן די אלטע חובות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.