שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועלכע סארט מצות זאל איך נוצן?
מנהגים, פסח, מצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געבאקן מצות מיט א חבורה פון אינגעלייט, מען האט אינאיינעם געמאלן רחיים של יד און עס געבאקן ווי דער שיטת הרא"ש.


פון די אנדערע זייט האב איך אבער שטארק חשק צו עסן פסח די מצות פון די ברסלב'ע בעקעריי, ווייל עס איז אלעס איין שטיק התבודדות.


איך וויל עסן פון יענע מצות און אויך געבן אביסל פאר מיינע קינדער וואס מוטשען זיך מיט הויט פראבלעמען, מיט עקזימע און פימפלס, און האר ארויספאלן. איך טראכט אז דאס וועט זיין א שטערקערע מיטל פאר רפואה פאר מיר און פאר די גאנצע משפחה.


איך וויל נאר פרעגן אויב דאס איז נישט קיין ירידה, אז איך וועל עסן פון נישט רחיים של יד, בשעת איך עס שוין יארן לאנג נאר רחיים של יד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


לאז נישט נאך פון דיינע מנהגים, זיכער זאלסטו ענדערש עסן די מצות וואס דו האסט אליינס געמאלן און געשוויצט ביי דעם; עס איז גאר חשוב צו שוויצן ביים מצות באקן און ביים אנגרייטן די מעל. ווען מען שוויצט ביי טון מצוות איז מען זוכה אפצומעקן אלע עבירות, עס ווערט געברענגט (משנת חסידים מסכת התשובה פרק י, משנה יא): "לתקן עוון הקרי מועיל הזיעה אשר יזיע בעשיית המצות, כגון מצה של מצוה", אז מען שוויצט ביים מצות באקן איז מען מתקן די עבירות.


זיי זיך נישט מבלבל, דו פריי זיך אז דו ביסט זוכה צו באקן מצות און צו מאלן ברחיים של יד. דער רבי רעדט פון זיעה טובה, פון גוטע שווייס (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ו): "כגון שמזיעים על ידי דבר שבקודשה", אז מען שוויצט ביי מצות איז די שוויץ גוט, און דורך דעם איז מען זוכה צו שמחה, ושמחת בחגיך.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.