שאלה אין קורצן ענין
#2 - וועלכע סארט מצות זאל איך נוצן?
מנהגים, פסח, מצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געבאקן מצות מיט א חבורה פון אינגעלייט, מען האט אינאיינעם געמאלן רחיים של יד און עס געבאקן ווי דער שיטת הרא"ש.


פון די אנדערע זייט האב איך אבער שטארק חשק צו עסן פסח די מצות פון די ברסלב'ע בעקעריי, ווייל עס איז אלעס איין שטיק התבודדות.


איך וויל עסן פון יענע מצות און אויך געבן אביסל פאר מיינע קינדער וואס מוטשען זיך מיט הויט פראבלעמען, מיט עקזימע און פימפלס, און האר ארויספאלן. איך טראכט אז דאס וועט זיין א שטערקערע מיטל פאר רפואה פאר מיר און פאר די גאנצע משפחה.


איך וויל נאר פרעגן אויב דאס איז נישט קיין ירידה, אז איך וועל עסן פון נישט רחיים של יד, בשעת איך עס שוין יארן לאנג נאר רחיים של יד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


לאז נישט נאך פון דיינע מנהגים, זיכער זאלסטו ענדערש עסן די מצות וואס דו האסט אליינס געמאלן און געשוויצט ביי דעם; עס איז גאר חשוב צו שוויצן ביים מצות באקן און ביים אנגרייטן די מעל. ווען מען שוויצט ביי טון מצוות איז מען זוכה אפצומעקן אלע עבירות, עס ווערט געברענגט (משנת חסידים מסכת התשובה פרק י, משנה יא): "לתקן עוון הקרי מועיל הזיעה אשר יזיע בעשיית המצות, כגון מצה של מצוה", אז מען שוויצט ביים מצות באקן איז מען מתקן די עבירות.


זיי זיך נישט מבלבל, דו פריי זיך אז דו ביסט זוכה צו באקן מצות און צו מאלן ברחיים של יד. דער רבי רעדט פון זיעה טובה, פון גוטע שווייס (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ו): "כגון שמזיעים על ידי דבר שבקודשה", אז מען שוויצט ביי מצות איז די שוויץ גוט, און דורך דעם איז מען זוכה צו שמחה, ושמחת בחגיך.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#1 - מעג איך גיין צו טעראפי?
רפואה, טערעפי, פסח, מצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א איז קעגן גיין צו טעראפי, איך שפיר אבער לעצטנס אז עס איז מיר זייער שווער, איך דארף הילף, עס איז מיר ממש שווער אנצוגיין, עס האלט מיר אין איין ארויפקומען שווערע זכרונות פון אמאל.


איך טראכט אז אפשר קען טעראפי מיר יא העלפן, איך ווייס אבער נישט אויב איך זאל דאס פרובירן אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס זאגט איר אז איך בין קעגן גיין צו טעראפי? וואס עפעס? איך בין נישט קעגן גיין נעמען הילף, איך זאג נאר אז מען דארף זיך אכטונג געבן צו וועמען מען גייט, מען זאל נישט גיין צו נישט ערליכע וואס קענען אוועק שלעפן פון די תורה און פונעם אייבערשטן.


אז איר שפירט ווי איר דארפט הילף, איר דארפט רעדן צו איינעם – קענט איר גיין, און דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.


יעצט גייט מען עסן די הייליגע מצה, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תצוה, קפג:) אז מצה איז מעדעצין, מען קען ווערן אויסגעהיילט פון די מצה, מען דארף גלייבן אין דעם.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.