תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.
מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה אז ער האט נישט געהאט קיין איין גוטע טאג אין זיין לעבן. איך האב געוואלט פארשטיין וואס איז שוין געווען מוהרא"ש'ס צרות אז ער האט זיך אזוי אויסגעדרוקט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נישט אלעס קען מען שרייבן, אבער אז מוהרא"ש שרייבט אזוי אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן אויפשרייבן אויף זיין מצבה די ווערטער: "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", - עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, - איז דאס פשוטו כמשמעו; וואס איז דער נפקא מינה וואס, ווען און וואו, דער עיקר דארף מען זיך לערנען פון אזא צדיק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן. מוהרא"ש מיט אלע זיינע ביטערע צרות וואס ער האט געהאט, האט מען נישט געקענט זען אויף אים קיין שום סימן פון יסורים, אדרבה, מוהרא"ש האט שטענדיג געהאט א פנים מאירות, א פרייליכע ליכטיגע פנים. מען האט געקענט זען אויף זיין פנים אן עכטע פרייליכקייט, א ביטול צום אייבערשטן. מיר דארפן זיך אפלערנען פון מוהרא"ש ווי ער האט נאר געזוכט ווי אזוי פרייליך צו מאכן אנדערע.
מוהרא"ש האט דערציילט דעם סיפור התקרבות פון רבי ישראל קארדונער (היילפרין) ווי אזוי ער איז מקורב געווארן; איינמאל האט ער געטראפן אין שֵמות א בריוו, ער ליינט אינעם בריוו ווי איינער איז מחזק זיין זון מיט שטארקע חיזוק, און ער ענדיגט דעם בריוו מיט דעם לשון: "איך קען נישט ממשיך זיין צו שרייבן ווייל די פאליציי ווארט אויף מיר, מיר צו נעמען אין תפיסה וכו'", דער רבי ישראל קארדונער האט נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין א איד וואס גייט אויף אים אריבער אזא שווערע צרה, מען גייט אים איינשפארן אין תפיסה - דאך האט ער אזא ישוב הדעת צו קענען שרייבן אזאלכע שיינע חיזוקים, ער האט געטראכט צו זיך: 'א איד וואס די פאליציי שטייען ביי זיין שטוב און מען גייט אים טראגן אין תפיסה, קען נאך מחזק זיין א צווייטן?! איך מוז וויסן ווער דאס איז'.
ער איז נאכגעגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געשריבן דעם ספר 'עלים לתרופה', האט מען אים געזאגט אז מען טאר נישט אריינקוקן אין דעם ספר ווייל דאס האט געשריבן רבי נתן פון ברסלב. פארשטייט זיך אז ער האט נישט אויסגעהערט וואס די מתנגדים זאגן, און אזוי איז ער מקורב געווארן, ביז ער איז געווארן פון די גרויסע לייט אין ברסלב.
ביי מוהרא"ש איז פיל מער פון דעם; מוהרא"ש האט געהאט נאר צרות און מיט דעם האט ער מחזק געווען יעדן איינעם. ווען מען האט געזען מוהרא"ש האט מען נישט געקענט חלומ'ן וואס ער גייט אריבער, (איך אליינס אפאר יאר נאך מיין התקרבות האב נישט געוויסט בכלל אז מוהרא"ש האט עפעס צרות וכו'). דאס דארפן מיר זיך אפלערנען פון אזא גרויסער צדיק, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען עס גייט אריבער שווערע טעג, מען זאל זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום אויף די אמונה, נאר ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן און זיין געטריי צו אים, און זוכן ווי מען קען העלפן נאך א איד און נאך א איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר אלע זאלן גיין אין די וועגן פון דעם גרויסן צדיק, וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים.