שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועלכע קאפ צודעק איז די מערסטע אויסגעהאלטן פאר א פרוי?
חתונה, צניעות, חיזוק פאר פרויען, האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן פון שידוכים, און איך וויל וויסן ווי אזוי ס'איז די מערסטע אויסגעהאלטן צו גיין נאך די חתונה. ביי אונז אין די משפחה זענען דא אלע סארטן, טייל גייען מיט אפענע שייטלעך און טייל מיט צוגעדעקטע, און אנדערע גייען בלויז מיט א טיכל. מיינע עלטערן לאזן מיר אליין אויסוועלן ווי אזוי איך וויל גיין, איך וויל אבער טון נאר וואס דער אייבערשטער וויל. ווי אזוי איז די מערסטע אויסגעהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך פון אן ערליכע משפחה, וואס צוזאמען וועט איר קענען אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות.


בנוגע א שייטל אדער א טיכל וכו'; אודאי איז א טיכל זייער א חשוב'ע זאך, דאך האבן די צדיקים מתיר געווען מען זאל גיין מיט א שייטל אבי מען זאל נישט גיין מיט די אייגענע האר. די צדיקים פון די פריערדיגע דורות האבן געזען די גרויסע נסיונות וואס פרויען האבן מיט די האר, האבן זיי מתיר געווען צו טראגן א שייטל.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין איידל; דאס האט נישט צו טון צי מען טראגט א טיכל אדער א שייטל, מען קען זיין איידל מיט א שייטל און מען קען זיין נישט איידל מיט א טיכל. זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו אן איידעלע כלה, וועסטו זוכה זיין צו אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.