תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געזען אין ספר הקדוש "אשר בנחל" אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, "גאט איז תמיד גוט". איך האב געוואלט פרעגן וואס איז געווען די מעשה מיט די שיחה, ווען און פארוואס האט דער רבי דאס געזאגט.
א גרויסן יישר כח, דוד
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד דוד נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל די שיחה וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנב): "אָמַר: הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ טוֹב תָּמִיד [גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט], אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים קמה, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם און האט רחמנות אויף אלעמען.
מוהרא"ש איז דאס מסביר (אשר בנחל, מכתב ז' אלפים תשנה) אז לכאורה דארף מען פארשטיין וואס קומט דער רבי דא מחדש זיין, עס שטייט דאך אזוי אין פסוק?! נאר ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן גייט ער אריין אין א קטנות המוחין, ער הייבט אן טראכטן אז יעצט איז דער אייבערשטער ברוגז אויף אים וכו' ווייל ער האט געזינדיגט חס ושלום וכו', אויף דעם קומט דער רבי און זאגט: "גאט איז 'תמיד' גוט", עס איז נישט דא אזא זאך אז דער אייבערשטער איז ברוגז וכו'.
לגבי דיין שאלה ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה; מוהרא"ש פארציילט (אשר בנחל חלק כט, מכתב ד' אלפים תשו) אז א איד האט זיך אמאל אויסגערעדט פארן רבי'ן אויף זיין שווערע לעבן, ער האט געהאט אסאך טענות אויפן אייבערשטן, האט אים דער רבי דעמאלט געזאגט די שיחה: "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט", און מיט די פאר ווערטער האט אים דער רבי אוועק גענומען אלע זיינע קשיות.
דער עיקר דארפן מיר זיך מחזק זיין אין אלע אומשטענדן, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן. דאס איז געווען די שיינקייט און דאס גרויסקייט פון מוהרא"ש; אפילו ער האט געהאט א שווערע לעבן, ער האט נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין זיין לעבן, אזוי ווי ער שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם - בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף מוהרא"ש. אדרבה, מוהרא"ש איז שטענדיג געווען מלא שמחה, שטענדיג מיט א שמייכל און יעדן איינעם פרייליך געמאכט, מוהרא"ש האט געלעבט מיט דעם שיחה פון הייליגן רבי'ן: "גָּאט אִיז תָּמִיד גוּט".
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן גיין אין זיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.