תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ראשית כל א געוואלדיגן יישר כח פאר'ן מזכה זיין את הרבים מיט די הערליכע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו העלפן אידישע קינדער אין אלע הינזיכטן.
איך האב געהערט פון אייך איבער די גרויסקייט פון זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, איך בין אבער נישט קלאר ווען מ'דארף עס זאגן. איך בין געווענליך אויף ביז שפעט ביינאכט, איך קען נישט גרינג איינשלאפן און דעריבער לערן איך דעמאלט מיינע שיעורים. וויל איך וויסן צי איך קען זאגן תיקון חצות פאר'ן גיין שלאפן. און אויך אויב וויל איך יא איין נאכט גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, צי זאל איך עס זאגן פאר'ן שלאפן אדער נאכ'ן אויפשטיין אינדערפרי.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס, יוסף
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יוסף נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די בעסטע זאך איז אז מען זאל זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, און פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות צו זאגן סדר תיקון חצות זעקס שעה נאכן צאת הכוכבים. אבער נישט יעדער איינער קען באווייזן צו גיין שלאפן פרי וכו', דעריבער קען מען זיך פארלאזן אויף שיטת הרב הקדוש מקאמארנע זכותו יגן עלינו (שלחן הטהור סימן א, סעיף ד) אז חצות איז שטענדיג צוועלף אזייגער סיי ווינטער און סיי זומער; ווייל דער רבי זאגט אז מען קען זיך פארלאזן אפילו אויף איין פוסק (עיין חיי מוהר"ן סימן תמד; פעולת הצדיק סימן תקלו).
מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזרז זיין מיר זאלן נישט פארפאסן קיין איין נאכט פון זאגן תיקון חצות, ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.
דערפאר ווען א מענטש זעט אז עס גייט אריבער נאכט נאך נאכט און ער בלייבט שלאפן, זאל ער כאטש זאגן תיקון חצות פאר ער גייט שלאפן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "כִּי בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", בפרט אין די זומער טעג וכו' זאל מען זאגן תיקון חצות פארן זיך לייגן, אבער אין די ווינטער טעג ווען מען קען זיך לייגן פריער, דעמאלט קען מען זאגן דעם תיקון חצות אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמט): "וְעִקַּר חֲצוֹת הוּא תָּמִיד אַחַר שִׁשָּׁה שָׁעוֹת מִתְּחִלַּת הַלַּיְלָה - הֵן בַּקַּיִץ וְהֵן בַּחֹרֶף".
געדענק וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) מענטשן זענען גרייט צו פארלירן אסאך תורה ומעשים טובים צוליב חומרות, עיין שם; דארפן מיר שטענדיג זיין קלוג און אריין כאפן גוטע זאכן, נישט זוכן דוקא חומרות וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.