תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן ווער עס איז געווען דער רבי פון הייליגן רבי'ן? אויך האב איך געוואלט וויסן אויב דער רבי האט געהאלטן פון הייליגן רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע, און פון הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי איז אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין גרויסן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דארט האט ער געהערט מעשיות פון זיידן, די מעשיות האבן אים אויפגעפלאקערט זיין הארץ צום אייבערשטן, דאס האט אים געמוטיגט און געטראגן צו גיין אויף די הייליגע וועג.
דער הייליגער רבי האט נישט געהאט קיין רבי, די מעשיות וואס ער האט געהערט אלס קינד - דאס האט אים געמאכט זייער בענקען צום אייבערשטן, דאס מערסטע האט אים זייער געכאפט די מעשה ווי אזוי זיין זיידע איז געבוירן און דאס געזעגענען פון זיין טאטע; די לעצטע ווערטער וואס זיין טאטע האט אים געזאגט, ווי דאס האט אים געשטארקט.
די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט, כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.
דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ"; (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).
דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און געשריגן אויף יענעם דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישטא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם.
פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה - האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.
די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד; ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אפגעמאכט, 'איך וויל דאך אויך זיין א צדיק, אז איך וועל טון וואס מיין זיידע האט געטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן - וועל איך אויך ווערן א צדיק'.
נאכן הערן די מעשה איז דער רבי גלייך ארויס פון שטוב, ער איז געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'"; ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.
אויף די פראגע אויב דער הייליגער רבי האט געהאלטן פון הייליגן מגיד פון מעזריטש און פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותם יגן עלינו; וואס איז בכלל די פראגע? קוק אריין אין חיי מוהר"ן (סימן תקנג) ווי דער הייליגער רבי האט גערעדט פון די הייליגקייט פון די צדיקים, באזונדער ווי דער רבי האט אויסגעלויבט דעם הייליגן מגיד: "וּפַעַם אַחַת סִפְּרוּ לְפָנָיו מִצַּדִּיק אֶחָד, שֶׁאָמַר עַל הָרַב הַמַּגִּיד הַקָּדוֹשׁ רַבִּי דֹּב", מען האט אמאל דערציילט פארן רבי'ן אז א צדיק האט געזאגט אויפן מגיד פון מעזריטש: "שֶׁבְּכָל הִסְתַּכְּלוּת שֶׁהָיָה הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מִסְתַּכֵּל", ווי דער מגיד קוקט נאר, "רָאָה כָּל הַשִּׁבְעָה רוֹעִים", זעט ער די זיבן פאסטוכער; אברהם, יצחק, יעקב וכו' וכו'; "וְהֵשִׁיב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", האט דער רבי געזאגט: "עַל הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה יֵשׁ לְהַאֲמִין הַכֹּל", וואס מען זאגט נאר אויפן מגיד - דארף מען גלייבן, "וְכֵן עוֹד הַפְלָגוֹת גְּדוֹלוֹת שֶׁהִפְלִיג בְּעִנְיַן קְדֻשַּׁת הַמַּגִּיד זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה. וְאֵין כָּאן [מָקוֹם] לְבָאֲרָם", און נאך אסאך גרויסע זאכן וואס דער רבי האט געזאגט אויפן מגיד.
אויך דעם הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק, האט דער רבי זייער אויסגעלויבט. אזוי ווי רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, שם): "וְכֵן כְּשֶׁרָאָה אֶת הַסֵּפֶר הַקָּדוֹשׁ נֹעַם אֱלִימֶלֶךְ", ווען דער הייליגער רבי האט געזען דעם הייליגן ספר 'נועם אלימלך', "הִתְפַּלֵּא מְאֹד", האט זיך דער רבי זייער פארוואונדערט אויף די הייליגקייט פונעם ספר, "וְאָמַר שֶׁקְּדֻשַּׁת מַעֲלַת הָרַב הַקָּדוֹשׁ רַבִּי אֱלִימֶלֶךְ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה נִשְׂגָּבָה לְמַעְלָה לְמַעְלָה מִמַּה שֶּׁנִּרְאֶה וּמוּבָן מִתּוֹךְ סִפְרוֹ הַנַּ"ל", און דער רבי האט געזאגט: דער ספר איז זייער הייליג, אבער דער צדיק - דער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו - איז נאך אסאך גרעסער פון דעם ספר.
אויך האט מוהרא"ש מקובל פון ברסלב'ער חסידים אז איינער פון די אכט זקנים וואס האבן געדענקט וואס האט זיך געטון מיט זיי איידער זיי זענען געבוירן געווארן (די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די ערשטע טאג), איינע פון זיי איז דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק, וואס רבי נתן איז מסביר (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה) וואס זיי זענען אנטקעגן די אכט פרשיות פון תפילין.
אלע יארן פלעגן ברסלב'ער חסידים פארן קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך. מען קען זען אין די אלטע צייטונגען פון פארן קריג ווי זיי באשרייבן: "די אומאנער חסידים קומען גאר אסאך קיין ליזענסק"; נישט נאר קיין ליזענסק, צו אלע קברי צדיקים זענען אנשי שלומינו געפארן, אלע יארן ווען עס איז נישט געווען אזא געפארעכץ צו קברי צדיקים, זענען אבער אנשי שלומינו געפארן.
לערן דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו זען ווי שטארק באליבט דער הייליגער רבי איז געווען ביי די צדיקים, און אלע לשון הרע'ס וואס איז דא אויפן רבי'ן - איז נאר פון איין בעל מחלוקות, וואס ער האט געמאכט די גאנצע מחלוקות און פון דעם ליידן מיר און מען פארשעמט אונז.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.