תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד אין א חדר, און איינע פון די מלמדים דארט האט גערעדט צו מיר אין חדר זייער שמוציג, איך בין געווארן זייער פארלוירן און איך האב אנגעהויבן מאכן קולות אויף אים, "שעם דיך, צו מיר וועסטו נישט רעדן אזוי".
איך האב אביסל חרטה אויף דעם, איך טראכט אז איך וואלט אים ווען געקענט זאגן שיינערהייט, און אויך שפיר איך זיך יעצט זייער אומבאקוועם אים צו באגעגענען, און למעשה ארבעט איך דאך יעדן טאג צוזאמען מיט אים.
איך וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט וועגן דעם, אויב איך האב גוט געטון אדער נישט, און אויב נישט וואס איך קען טון נישט צו ווערן אזוי פארלוירן אויב עס פאסירט נאכאמאל אזא זאך.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ניבול פה איז זייער שלעכט, עס איז אזוי געפערליך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) און דער רבי ברענגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת" צוליב די עבירה פון ניבול פה קומען אסאך צרות און נייע גזירות אויף די וועלט, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם" יונגע מענטשן שטארבן, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין" יתומים און אלמנות שרייען פאר הילף און זיי ווערן נישט געענטפערט, אלעס דורך די עבירה פון ניבול פה.
פחד פחדים וואס פאר א צרות מען ברענגט אויף זיך דורך רעדן ניבול פה, דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה" ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים אפגעשריבן א גוטע זאך פאר זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה" דרייט מען עס איבער צו שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם" דורך ניבול פה מאכט מען זיך טיפער די גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק" און נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה, נאר אפילו דער וואס הערט אויס ניבול פה.
דאך וואלסטו ענדערש געדארפט ארויסגיין פון מלמדים צימער וכו', אדער וואלסטו געקענט יענעם זאגן וכו', די הייליגע חכמים זאגן (שבת לד.): "צריך למימרינהו בניחותא כי היכי דליקבלינהו מיניה", אז מען רעדט שיין איז דאס גרינג מקבל צו זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.