שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאגן שיר השירים נאכ'ן סדר?
מוהרא"ש, תיקון הכללי, סדר נאכט, שיר השירים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דארף מען זאגן שיר השירים און תיקון הכללי נאכ'ן סדר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מיר פירן זיך צו זאגן נאכן סדר שיר השירים, (אז מען דארף העלפן לייגן שלאפן די קינדער - קען מען ערשט זיי לייגן שלאפן און העלפן אין שטוב מיטן ריין מאכן, און נאכדעם צוריק גיין זאגן שיר השירים); ווען מען זאגט שיר השירים באקומט מען א גאר שטארקע גלוסטעניש צום אייבערשטן, מען הייבט אן וויינען צום אייבערשטן, עס ווערט א פלאקער אין הארץ.


נאכן סדר איז זייער גוט צו זאגן שיר השירים, ווייל אין שיר השירים ליגט באהאלטן אלע סודות פון די וועלט, פון ווען די וועלט איז באשאפן געווארן און אלעס וואס וועט זיין ביז סוף כל הדורות; אלעס איז באהאלטן אין שיר השירים, און דורכדעם וואס מען זאגט שיר השירים ציט מען צו זיך די געשמאקע זיסע לויטערע געפיל פון שפירן שטענדיג דעם אייבערשטן מיט זיך.


תיקון הכללי זאגט מען נישט נאכן סדר; מן הסתם פרעגסטו דאס ווייל דו זעסט אין הגדת אור זרוע נאך שיר השירים איז דא די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]. דאס איז נאר ווייל מוהרא"ש האט אזוי שטארק געוואלט אריינברענגען די ליכטיגע תיקון אין די וועלט, האט ער אריינגעשטעלט די תיקון הכללי אין יעדע ספר וואס ער האט געדרוקט, אז אויב א איד וועט באקומען די הגדה זאל ער וויסן פון די ליכטיגקייט. די תיקון הכללי זאגט מען יעדן טאג נאך תפילת שחרית; וואויל איז דעם וואס זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, וועט ער אלעס מתקן זיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.