שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.