תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך אז מען זאל נישט דערציילן קיין פריוואטע זאכן פאר מענטשן, ווי אזוי קען מען אבער פארשטיין וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן אז מען זאל זיך יא אלץ אויסרעדן פאר א גוטער חבר?
יישר כח באמת פאר די חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט, וואס העלפט מיר אסאך ברוך ה'.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף זיך זייער אכטונג געבן נישט צו דערציילן קיין פריוואטע זאכן פאר מענטשן, און אפילו פאר חברים; מען קען קיינעם נישט געטרויען, מען מיינט מען האט א נאנטער מענטש און ביים סוף איז ער דער וואס באגראבט און פארשעמט.
דאס איז נישט קיין סתירה מיט די ווערטער פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. ווייל דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן, כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז קעגן די תורה און נעמען פון אים אן עצה וכו', דאס מיינט מען אז מען איז זוכה מען האט א מורה דרך וואס ברענגט דעם מענטש צום אייבערשטן, און אזוי אויך א חבר נאמן, דאס מיינט מען א תלמיד חכם, אן ערליכער איד - וואס וועט דיך מחזק זיין מיט די הייליגע תורה און דיר געבן עצות ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן, אבער דאס מיינט מען נישט וואס מענטשן רופן חברים.
נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.
מען דארף זוכן א חבר וואס איז מחזק צו פאלגן דעם רבי'ן און מיט אים זיך שטארקן צו מאכן התבודדות, דעריבער ליבער ברודער, זוך אויף א שטילע פלאץ, גיי דארט יעדן טאג און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה; זאג פארן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן פון עבירות, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס וואס דו ביסט נכשל געווארן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.