תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין ווייב וויל זייער אז איך זאל זיך אנטון אנדערש ווי מען גייט ביי אונז אין די משפחה. איך וויל עס אבער נישט טון, ווייל איך בין זייער שטארק מכבד מיין טאטע, און דאס וועט אים זייער שטארק מצער זיין.
מיין ווייב זאגט מיר כסדר אז מיין טאטע איז ביי מיר מער חשוב ווי איר, און דאס איז א זאך וואס שטערט איר זייער שטארק. איך ווייס נישט וואס צו טון, זאל איך ענדערש טון מיין ווייב'ס ווילן, אדער ענדערש מכבד זיין מיין טאטע?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דיין ווייב וויל דו זאלסט גיין אנגעטון אנדערש ווי דיין טאטע און דאס מאכט צער פאר דיינע עלטערן - זאלסטו חס ושלום מצער זיין דיינע עלטערן, און אז דיין ווייב וועט אנהייבן זינגען דעם אלעמען באקאנטן ניגון: "האסט מער ליב דיין טאטע ווי מיך", "דיין טאטע איז דיר מער חשוב ווי מיך" - זאלסטו איר שיין זאגן: "איך האב דיך זייער ליב, דו ביסט מיר זייער חשוב, און נאכאלץ וויל איך נישט מאכן צער פאר מיינע עלטערן".
געדענק, מען דארף רעדן שיין אין שטוב און נישט גיין אין ויכוחים, און אז די ווייב וויל דו זאלסט אראפנעמען דיין בארד, זאלסטו איר זאגן שיין און איידל: "מיין בארד איז מיר זייער טייער", און פאל נישט ווען זי וויינט און זאגט: "האסט מיך נישט ליב"; זאלסטו צו איר ווייטער רעדן מיט כבוד, איר ווייטער זאגן שיינע זיסע ווערטער ווי שטארק דו האסט איר ליב, און נישט טענה'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.