שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך טוישן מיין לבוש פון חב"ד צו ברסלב?
תפילה והתבודדות, חב"ד, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען א חב"ד'סקער חסיד, און פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווארן א ברסלב'ער חסיד. אין חב"ד איז דער מנהג נישט צו לאזן וואקסן לאנגע פיאות על פי סוד, ווידער אין ברסלב איז דער מנהג יא צו לאזן לאנגע פיאות, זיכער אויך מיט הויכע ענינים דערביי.


איז מיין שאלה אויב איך בין געווען אין חב"ד און יעצט בין איך ברסלב, אויב זאל איך לאזן וואקסן לאנגע פיאות אזוי ווי ברסלב'ע חסידים, אדער זאל איך בלייבן אזוי ווי איך האב זיך געפירט אין חב"ד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ווייסטו אוודאי אז ברסלב מיט חב"ד זענען שטענדיג געווען בשלום און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט; דער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נאנט מיט'ן הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט צוגעזאגט פאר'ן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו אז ווען ער וועט צוריק אהיים פארן וועט ער גלייך גיין צום בעל התניא מאכן שלום צווישן זיי, און אזוי האט דער רבי געטון; גלייך ווען ער איז אנגעקומען צוריק, נאך איידער ער איז אהיים געגאנגען איז ער געפארן צום בעל התניא און ער איז דארט אויפגענומען געווארן מיט א גרויסע שמחה (עיין פעולת הצדיק, סימן רסד; שיח).


אויך איז דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געקומען אויף א שבת צום רבי'ן (שבת פרשת יתרו, שנת תק"ע). ווען ער איז אנגעקומען נאנט צום שטאט ברסלב איז דער רבי ארויס געפארן מיט אסאך תלמידים אים מקבל פנים זיין, און דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט וכו' (עיין פעולת הצדיק, סימן תתצב).


ווען עס איז געווארן די מחלוקת אויפן רבי'ן האט דער בעל התניא געזאגט: "איך בין נישט ווי די אלע וואס זענען מחזק רבי נחמן, נאר איך מיט אים זענען איינס, ווער עס טשעפעט רבי נחמן טשעפעט מיר וכו'".


זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט אפלאזן די אלטע וועג וכו', מען קען זיין ביידע אינאיינעם. בלייב אויפן וועג ווי דו און דיין משפחה גייען, דער עיקר זאלסטו נעמען די התחזקות אום די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון התבודדות - זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף יד אייגענע שפראך.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אין אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי אמאל געגאנגען מיט אים אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זייער שיינע זאכן און אים זייער מחיה און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט די זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.