שאלה אין קורצן ענין
#5 - זאל איך טוישן די רבי'שע לבוש פון מיין משפחה?
קליידער, ספיקות, משפחה, תפלות אויף אידיש, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א רבי'ש קינד, און איך גיי מיט שווארצע זאקן ווייל אזוי גייט מיין משפחה, איך האב עס אבער זייער פיינט, איך קען עס ממש נישט ליידן, און איך וואלט זייער געוואלט טוישן צו נארמאלע לאנגע הויזן ווי יעדער איינער.


מעג איך טוישן די לבוש צו זיין אנדערש פון מיין משפחה, און אויב נישט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן אז ס'זאל מיר נישט אזוי שטארק שטערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע - צי דו מעגסט אויסטון דיין לבוש, אדער צי דו זאלסט עס אויס אויסטון? מעגן מעגסטו, נישטא קיין הלכה אין דעם, עס איז נישטא א הלכה אז מען מוז גיין האלבע הויזן וכו'; צי דו זאלסט עס אויסטון? - דאס איז שוין עפעס אנדערש, אויף דעם זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלסט גיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיט אסאך דאווענען, מיט אסאך התבודדות - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן. דאווענען און התבודדות ארבעט אויס דעם מענטש, עס קלארט אויס דעם מח, אויך נעמט עס אוועק די הייסע בלוט וואס מאכט מחלוקת וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עה): "דְּהִנֵּה, יֵשׁ מִדַּת נִצָּחוֹן וּמַחֲלֹקֶת וּמִלְחָמָה, וּמֵהֵיכָן בָּא מִדָּה זוֹ, מִדָּמִים שֶׁעֲדַיִן לֹא עָבַד בָּהֶם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די מידות פון נצחון, מחלוקת און מלחמות קומט פון די הייסע בלוט וואס דער מענטש האט נאך נישט אויסגעארבעט, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְבַטֵּל מִדַּת הַנִּצָּחוֹן וְהַמַּחֲלֹקֶת", מען דארף אויסארבעטן די בלוט עס זאל זיין ריין פון די אלע תאוות, "וְלִרְדֹּף אַחַר הַשָּׁלוֹם", מען דארף זוכן עס זאל זיין שלום, "וְזֶה זוֹכִין עַל יְדֵי שֶׁיְּדַבֵּר הַרְבֵּה בְּתוֹרָה וּתְפִילָּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לְשָׁלוֹם", דורך תורה און תפילה ווערט דער מענטש אויסגעארבעט פון די אלע שלעכטע תאוות, מען ווערט א צופרידענער מענטש, מען איז בשלום מיט יעדן איינעם און בעיקר מיט זיך אליינס; מען איז צופרידן ווי אזוי מען איז.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט אים געהערט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער יעצט קומט ווינטער, עס גייט זיין זייער קאלט, איך דארף האבן פיינע ווארעמע שטיוול. און אויב הייליגער באשעפער איך דארף עס נישט האבן נעם עס ארויס פון מיין קאפ, מאך איך זאל דאס נישט וועלן"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מיין משפחה גייט אנגעטון אזוי און אזוי, איך האב נישט ליב די וועג, איך עקל זיך פון דעם; העלף מיר איך זאל וויסן וואס איך האב צו טון, אויב איך זאל דאס אויסטון. און אויב איך זאל בלייבן מיט דעם העלף מיר איך זאל דאס ליב האבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - זאל איך טוישן מיין לבוש פון חב"ד צו ברסלב?
תפילה והתבודדות, חב"ד, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען א חב"ד'סקער חסיד, און פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווארן א ברסלב'ער חסיד. אין חב"ד איז דער מנהג נישט צו לאזן וואקסן לאנגע פיאות על פי סוד, ווידער אין ברסלב איז דער מנהג יא צו לאזן לאנגע פיאות, זיכער אויך מיט הויכע ענינים דערביי.


איז מיין שאלה אויב איך בין געווען אין חב"ד און יעצט בין איך ברסלב, אויב זאל איך לאזן וואקסן לאנגע פיאות אזוי ווי ברסלב'ע חסידים, אדער זאל איך בלייבן אזוי ווי איך האב זיך געפירט אין חב"ד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ווייסטו אוודאי אז ברסלב מיט חב"ד זענען שטענדיג געווען בשלום און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט; דער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נאנט מיט'ן הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט צוגעזאגט פאר'ן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו אז ווען ער וועט צוריק אהיים פארן וועט ער גלייך גיין צום בעל התניא מאכן שלום צווישן זיי, און אזוי האט דער רבי געטון; גלייך ווען ער איז אנגעקומען צוריק, נאך איידער ער איז אהיים געגאנגען איז ער געפארן צום בעל התניא און ער איז דארט אויפגענומען געווארן מיט א גרויסע שמחה (עיין פעולת הצדיק, סימן רסד; שיח).


אויך איז דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געקומען אויף א שבת צום רבי'ן (שבת פרשת יתרו, שנת תק"ע). ווען ער איז אנגעקומען נאנט צום שטאט ברסלב איז דער רבי ארויס געפארן מיט אסאך תלמידים אים מקבל פנים זיין, און דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט וכו' (עיין פעולת הצדיק, סימן תתצב).


ווען עס איז געווארן די מחלוקת אויפן רבי'ן האט דער בעל התניא געזאגט: "איך בין נישט ווי די אלע וואס זענען מחזק רבי נחמן, נאר איך מיט אים זענען איינס, ווער עס טשעפעט רבי נחמן טשעפעט מיר וכו'".


זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט אפלאזן די אלטע וועג וכו', מען קען זיין ביידע אינאיינעם. בלייב אויפן וועג ווי דו און דיין משפחה גייען, דער עיקר זאלסטו נעמען די התחזקות אום די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון התבודדות - זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף יד אייגענע שפראך.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אין אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי אמאל געגאנגען מיט אים אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זייער שיינע זאכן און אים זייער מחיה און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט די זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#3 - האב איך ריכטיג געטון צו טוישן די שייטל צו א טיכל?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, משפחה, חאלאקע, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן גיין מיט א טיכל אנשטאט די שייטל מיט וואס איך בין געגאנגען ביז יעצט, פארשטייט זיך מיט רשות און מיט די הסכמה פון מיין מאן.


למעשה בין איך אבער צעמישט אויב איך האב ריכטיג געטון, ווייל איך האב נאנטע משפחה וואס זאגן אז איך האב עס נישט געטארט טון, זיי טענה'ן אז א צניעות'דיגע שייטל איז מער אויסגעהאלטן ווי א טיכל, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און יעצט בין איך מסופק צי דער אייבערשטער איז טאקע צופרידן פון דעם שריט.


איך בין זיך זייער מחזק יעדע וואך מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן חיזוק אויף דעם.


אויך מאכן מיר ברוך ה' חאלאקע דעם ל"ג בעומר, און איך וויל וויסן אויב ס'איז עפעס אויף וואס מ'דארף פון יעצט מער מקפיד זיין ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר אלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט אויסטון די שייטל און אנטון א טיכל און אייער מאן איז מסכים צו דעם, זאלט איר דאס אוודאי טון.


עס איז נישט וואר וואס אייער משפחה זאגט; אודאי איז א טיכל מער צניעות'דיג פון א שייטל. די גאנצע זאך וואס מען האט מתיר געווען א שייטל איז נאר ווייל מען וויל די פרויען זאלן זיך נישט שעמען זיך צו צודעקן דעם קאפ, א פרוי טאר נישט גיין אויפגעדעקט די אייגענע האר; פאר די פרויען וואס שעמען זיך צוצודעקן דעם קאפ אז זיי זאלן נישט נכשל ווערן - פאר זיי האט מען מתיר געווען צו גיין א שייטל, אבער א טיכל איז זיכער מער מעלה אין צניעות.


קיינער פון די משפחה קען זיך נישט אריינמישן אין אייער לעבן; אז איר מיט אייער מאן ווילן ביידע טון די גוטע זאך - זאלט איר דאס טון.


בנוגע אייער קינד וואס ווערט דריי יאר; פון היינט און ווייטער זאלט איר זען ער זאל שטענדיג גיין צוגעדעקט דעם קאפ, אפילו ביים שלאפן; א קאפל איז מסוגל אויף יראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון דעם קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין צוגעדעקט דעם קאפ.


אויך זאלט איר אכטונג געבן ער זאל גיין מיט ציצית און שלאפן מיט ציצית.


ועל כולם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן יעדן טאג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, צדיקים. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - זאל איך אנטון ווייסע זאקן אום שבת קודש?
שבת קודש, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געטראכט צוצולייגן צו מיין שבת'דיגע לבוש ווייסע זאקן, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט ביי חסידישע אינגעלייט. און איך מיין אז מוהרא"ש זי"ע האט אפילו מקפיד געווען אזוי אין יבנאל.


מיין טאטע גייט נישט קיין ווייסע זאקן, אבער אז איך וועל זיך אנטון ווייסע זאקן וועט ער זיך פרייען, און אויך מיין ווייב תחי' וועט זיך פרייען.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן וואס אין ווי אזוי עס צו טון


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מחשיב געווען ווייסע זאקן און אפילו געזאגט פאר אסאך פון די תלמידים זיי זאלן אנטון ווייסע זאקן לכבוד שבת.


דעריבער, אז דיין טאטע וועט זיך פרייען דערצו און דיין ווייב איז דאס אויך מחשיב, זע איך נישט פארוואס דו זאלסט עס נישט אנטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וועלכע סארט חתן זאל איך זוכן פאר מיין טאכטער?
שידוכים, שלום בית, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זוך הילף אין שלום בית; מיין עלטסטע טאכטער איז אכצן יאר אלט, און איך מיט מיין ווייב האבן חילוקי דעות וואס פאר א סארט חתן מ'זאל זוכן.


מיין ווייב וויל א מאדערנער מיט א קנייטש הוט און קורצע רעקל, זי וויל ער זאל נישט זיין חסידיש און נישט צו פרום, זי זאגט אז חסידים זענען אלטמאדיש און נישט ערליך און נישט צושטעלט צו די היינטיגע צייט. איך וויל אבער א היימישן אינגערמאן וואס באלאנגט צו א חסידות אדער חבורה פון עובדי ה', און זוכט ווייטער זיך מחזק צו זיך און נישט ווערן א פארגרעבטער בעל הבית נאך זיין חתונה, איינער וואס ווארפט נישט ארויס דער מסורת אבות, איך וויל א יונגערמאן מיט א סאמעטענע הוט. וואס טוט מען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אויסטראליע.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז חסידישע קליידער זייער א גרויסע זאך; א סאמעטענע הוט איז זייער א שיינע מלבוש, און א שטריימל איז זייער א גוטע זאך, אבער נישט דאס איז קובע צי דער מענטש איז אן ערליכער איד אדער נישט. מען קען נעמען אן איידעם מיט א סאמעטענע הוט, מיט שטריימל בעקיטשע און מען קען מיינען אז דאס איז עפעס א חסידישער אינגערמאן, ביז דערווייל איז דאס סתם א פארשטעלאכץ (א קאסטיום); אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן, אנגעפולט מיט זינד רחמנא לצלן. אזוי אויך קען מען טרעפן טייערע פלאם פייערדיגע אינגעלייט וואס לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אייבערשטן, זענען מדקדק אויף יעדע מנהג ישראל - אן דעם שטריימל און אן דעם סאמעטענעם הוט.


זי איז נישט גערעכט מיט דעם וואס זי רעדט שלעכטס אויף חסידישע אידן, אז מיר זענען נישט ערליך חס ושלום, אבער מיט'ן טענה'ען וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען, דו וועסט נאר ערגער מאכן.


פאלג מיר, לאז אפ די וויכוחים, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; דו בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דינעם דעם אייבערשטן, קינדער מיט אמונת צדיקים, קינדער צדיקים - וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; זאלסט קיינמאל נישט טענה'ען מיט איר. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "מיט א ווייב טענה'ט מען נישט"; אנשטאט זיך אויפעסן דאס געזונט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און דורך תפילה וועסטו אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.