תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען אויף אייערע הערליכע שיעורים וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין מיין לעבן, הקב"ה ישלם שכרכם בכפלי כפלים.
איך פאר שוין אסאך יארן אויף אומאן ראש השנה ב"ה, אבער איך האב קיינמאל נישט מיטגענומען קיין קינדער. איך הער אבער ביי די שיעורים אז ס'איז יא וויכטיג מיטצונעמען די קינדער אהין. מיין שאלה איז, אזוי ווי מיין שטוב ווערט געפירט אויף א פרומען אופן, הן בנוגע זיין אפגעשיידט פון אלע סארט מאדערנקייטן וואס כאפט זיך אריין, סמארטפאון און ווידיאס איז טרייף פסול ביי מיר און שטוב, און אויך אין די בית המדרש וואו איך דאווען, און אין די תלמוד תורה וואו איך שיק מיינע קינדער זענען רובם ככולם פון אזעלכע שטובער.
יעצט ווען איך נעם מיט מיין זון פון 11 יאר קיין אומאן, איז תיכף ביים אנקומען צום עירפארט וועט ער זען אז מער פון רוב פון די אידן וואס ווארטן ארויף צו גיין אויפ'ן פליגער האבן יא א סמארטפאון אין האנט, און בשעת'ן זיצן אויפ'ן פליגער וועט ער זען ווי אידן קוקן יא ווידיאס, און בכלל די הנהגה און די דיבורים אויפ'ן פליגער קען זיין מיט לייכטזיניגקייט פון אסאך מענטשן, איז ווי אזוי וועט ער אויפנעמען אזא זאך, אז יעצט בשעת'ן טון די גרעסטע זאך וואס איז שייך, צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זעט ער גאר אז אזויפיל אידן וואס פארן אויך קיין אומאן, טוען אזעלכע סארט זאכן וואס ער זעט נישט זיין גאנצע לעבן?
איך פארשטיי אז די אידן דארף מען דן זיין לכף זכות, און דער רבי איז א דאקטער וואס היילט אויס סיי מיך און סיי זיי, אבער א קינד וואס דארף בכלל חיזוק אוועקצושטיין פון די שרעקליכע נסיונות הדור, קען פון דעם קומען צו א מסקנא אז מ'קען זיין אן ערליכער איד צוזאמען מיט די אלע טריפה'נע זאכן.
יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט.
יוסף
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד יוסף נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעשיידט פון שלעכטס; אז מען איז מחנך די קינדער מיט ליבשאפט וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן. שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "יַסֵּר בִּנְךָ וִינִיחֶךָ, וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", אז מען איז מחנך קינדער אויפן גוטן וועג וועלן זיי נאר ברענגען נחת.
דער עיקר זאלסטו זיי מחנך זיין אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און יעדע זאך וואס זיי דארפן זאלן זיי אים בעטן; קינדער האבן אין זיך א ריינקייט אין זיך, ביי זיי איז די אמונה קלאר און לויטער, דערפאר זאלסטו זיי מחנך זיין זיי זאלן לעבן מיט אמונה; דערצייל זיי מעשיות פון תפילה ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים, וועלן זיי אויס וואקסן ערליכע אידן.
אודאי זאלסטו ברענגען דיינע קינדער קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז באוויסט די מעשה אז ווען רבי יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו - איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן - איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער רבי יודל האט געטראכט אז עס איז וועט זיין זייער שווער פארן קינד די שווערע וועג וכו', אויך האט אים געפעלט געלט אויף שפעזן. למעשה איז ער געקומען צום רבי'ן אליינס אן זיין זון; ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן שלום געבן האט דער רבי זיך אנגערופן: "איך בין א וואונדער; דער טאטע קומט צו מיר - גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; עס האט געבאדערט פאר'ן רבי'ן אז ער האט נישט מיט געברענגט זיין זון ווייל דער רבי האט געוואלט אז מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.
אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש; מיר פארן ראש השנה מיט אלע קינדער פון פאר זיי ווערן זיבן יאר. מיר קוקן נישט אויף גארנישט און מיר ברעכן אלע מניעות, יעדער איינער האט זיך זיינע נסיונות און אין יעדע תקופה קומען אפיר אנדערע נסיונות, אמאל איז געווען די נסיון אז עס איז נישט דא קיין עסן געהעריג, אדער די בעט איז נישט געהעריג, האבן מיר דאס צעבראכן און געקומען אפילו אן עסן און אן שלאפן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה"; און אזוי קומען כסדר אן פרישע נסיונות, אבער מיר פאלגן דעם רבי'ן און קומען צו אים אויף ראש השנה.
אז דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו זיי מיט נעמען מיט דיר און זיי מחנך זיין אונטער וועגנס זיי זאלן האבן שמירת עיניים, וועסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.