שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך פארן אויף אומאן, אויב מיין טאטע וועט האבן צער פון דעם?
אומאן, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען אויף די אלע שיעורים וואס איז מיר זייער מחזק סיי אין לימוד התורה און סיי צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב געלערנט אין א ישיבה גדולה אין אמעריקע, און איך האב געהייסן א מתמיד און א גוטער בחור. איך האב טאקע געלערנט פלייסיג, אבער איך האב אייביג געטראכט אז עס איז צו שווער, און איך האב געהאפט אז עס זאל זיך מאכן א געלעגנהייט ווען איך וועל קענען אלעס אויפגעבן. אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן באקומן א נייע בליק אויפ'ן לעבן, איך האב אנגעהויבן צי שעצן יעדע גוטע זאך וואס איך טו. אידישקייט איז געווארן געשמאק ב"ה, א גרויסן דאנק.


יעצט צו מיין שאלה, זייט איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן בין איך זייער געשטיגן, אין איך וויל שטארק גיין צים רבי'ן אויף ראש השנה. איך האב געפרעגט מיין טאטע, האט ער מיך געזאגט: קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער אז דו פרעגסט מיר זאג איך דיר אז עס גייט מיר וויי טוען. מיין טאטע האט א שוואכע הארץ. ער האט שוין געהאט א הארץ אטאקע ל"ע. איך האב אסאך מתפלל געווען איך זאל קענען פארן, איך האב אפי' שוין געקויפט א טיקעט.


וויל איך וויסן אויס דער רבי האט געוואלט אז מען זאל פארן אפי' ווען עס גייט מצער זיין דעם טאטן? און צי ביי מיין פאל זאל איך פארן אדער נישט?


יישר כח


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מצוות כיבוד אב ואם איז פון די גרעסטע מצות, און דאס איז חמורות שבחמורות (ירושלמי פאה א, א), אבער דו דארפסט פארשטיין אז ווען עס קומט ראש השנה, דעמאלט איז מען דן דעם מענטש - אים מיט זיין משפחה, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בַּמַּיִם וּמִי בָּאֵשׁ וְכוּ', אלעס וואס פאסירט דורכן יאר שרייבט מען אן ראש השנה, אזוי אויך שרייבט מען אן דעם בודזשעט פונעם גאנצן יאר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.).


ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערער משפט נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא, ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פארן מענטש א משפט פון טויט שטראף, נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט, אפילו עס זאל קאסטן אסאך געלט, וועט מען אלעס טון צו באקומען דעם לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש; דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה דעם גרויסן יום הדין, וואס וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ. וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם - דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט צו באקומען א גוטער לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול ווערן פון די שלעכטע גזירות.


דער רבי - ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף דער וועלט, אזוי ווי ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי".


דערפאר פארן מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה, אז דער רבי זאל זיין אונזער לויער, און מליץ זכות זיין פאר אונז, אז מיר זאלן האבן א יאר מיט ישועות, א יאר מיט רפואות, א יאר מיט אלע גוטע זאכן.


דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט פארן ווייל זיי ווייסן נישט וואס אומאן איז, זיי מיינען אז אומאן איז א פלאץ פון הוללות, א פלאץ פון לייכטזיניגע מענטשן וכו' וכו'; ווייל ליידער איז ארויס א שלעכטע נאמען אויפן הייליגן רבי'ן, כאילו עס איז א מקום פון קלי הדעת, דערפאר זענען עלטערן זייער דערשראקן ווען זיי הערן אז זייער קינד וויל פארן קיין אומאן, ווייל קיינער וויל נישט אז זיין קינד זאל זיך דרייען אין א פלאץ פון מענטשן וואס זענען הפקר וכו', איך בין זיכער אז דו וואלסט אויך מורא געהאט ווען דו ווערסט געוואויר אז דיין זון דריידט זיך אויף א פלאץ וואס מען רעדט אויף זיי לשון הרע.


דער רבי האט פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט דער ס"מ געשריגן: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי און זיך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן, און זיי האבן געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה; און דאס איז די עצה פונעם ס"מ - ער לאכט אפ פון רבי'ן.


עס איז באוואוסט אז ר' נתן האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, עד כדי כך, אז זיין טאטע האט צוגערעדט ר' נתן'ס ווייב אז זי זאל זיך גט'ן פון זיין זון - ר' נתן; מען האט שוין געהערט אז א טאטע זאל אהיים נעמען זיין טאכטער וכו', אבער אז א טאטע זאל צו רעדן זיין שנור זי זאל אפלאזן זיין אייגן זון - דאס איז נישט געהערט געווארן, און שפעטער פלעגט ער רופן זיין זון "ר' נתן" מיט א ר', און ר' נתן איז נישט געווען באקוועם אז זיין טאטע רופט אים ר', פלעגט ער זאגן פאר זיין טאטע: "פארוואס רופסטו מיר ר' נתן?" האט אים זיין טאטע געזאגט: "וואס זאל איך טון, דו ביסט דער איינציגסטער זון וואס איז מיר מכבד".


זעט מען פון דעם, אז אפילו אין אנהייב האט מען מניעות פון די עלטערן, און זיי שרייען אז זיי ווערן קראנק פון דיר ווייל דו ביסט א ברסלב'ער, אבער אויב מען איז זיי מכבד, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען פירט זיך מיט דרך ארץ, וועסטו זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


דערפאר זאלסטו זען צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; זאג פאר דיינע עלטערן אז דו פארסט מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה, און זאג זיי אז דו וועסט אסאך מתפלל זיין פאר זיי, פאר זייער געזנט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.