שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך צוריק גיין וואוינען קיין ארץ ישראל?
חינוך הילדים, שלום, פרנסה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק אין אמונה, התבודדות, דרך הלימוד, און נאך, דאס האט מיר ממש געגעבן א נייעם לעבן.


איך קום פון א קליינע קהלה אין אייראפע, און איך האב חתונה געהאט קיין ארץ ישראל פאר 13 יאר צוריק. פאר די ערשטע 7 יאר האבן מיר געוואוינט אין ארץ ישראל, איך האב אבער זיך געקענט צוגעוואוינען צו די ארטיגע לעבן, איך קום פון א רואיגע שטילע פלאץ, און דארט איז מיר געווען זייער אנגעצויגן, אויך האב איך זיך נישט מסדר געווען מיט א געהעריגע שול און רב, מיין ווייב האט דארט אביסל געארבעט אבער מיר האבן זיך זייער געמוטשעט מיט פרנסה, און דערפאר האב איך אלץ געוואלט צוריק גיין קיין אייראפע.


למעשה זענען מיר טאקע צוריק געקומען קיין אייראפע צו מיין היימשטאט, און מיר וואוינען שוין דא די לעצטע 6 יאר, איך האב געעפנט א ביזנעס, מיר האבן ב"ה ליכטיגע קינדערלעך, און ס'איז געווען זייער גוט ביז יעצט.


מיין ווייב האט זיך אבער נישט געקענט צוגעוואוינען צו די היזיגע לעבן, און זי וויל זייער שטארק צוריקגיין קיין ארץ ישראל. בפרט לעצטנס ווען מיין פרנסה האט אנגעהויבן הינקען, די ביזנעס גייט נישט אזוי גוט אין די לעצטע חדשים, ביז יעצט ווען דעם חודש האב איך שוין נישט געהאט קיין געלט צו צאלן מיין דירה און שכר לימוד.


מיין ווייב זאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז ס'איז צייט צוריק צו גיין קיין ארץ ישראל, מיין יונגסטע קינד ווערט שוין 4 יאר און זי זאגט אז דארט וועט זי שוין קענען אנהויבן געהעריג ארבעטן, און אפשר וועל איך קענען פון דארט ווייטער פירן די היזיגע ביזנעס, כאטש וואס ס'איז נישט אזוי גרינג. אויך זאגט זי אז דארט איז דאס לעבן ביליגער, מיר האבן דארט אן אייגענע דירה און מיר דארפן נישט צאלן קיין דירה געלט, און שכר לימוד איז אויך ביליגער דארט.


איך האב אבער זייער ליב דא צו זיין, איך מיין אויך אז די חינוך פאר די קינדער איז דא בעסער, און איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, וואס ס'וועט זיין בעסער פאר אונז. איך האב געמאכט אסאך התבודדות אויף דעם, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון, און ס'איז מיר אויסגעקומען אז איך זאל שרייבן דעם בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן וועל איך טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויל שטארק צוריק גיין קיין ארץ ישראל און זי איז גרייט דיר צו העלפן וכו' דארפט איר זארגן פאר א גוטע מוסד, אן ערליכע מוסד, א פלאץ פאר אייערע קינדער זיי זאלן קענען אויסוואקסן געזונט און ערליך, און אויב אייערע קינדער ווערן אנגענומען אין אן ערליכע מוסד זאלט איר צוריק גיין קיין ארץ ישראל און איר וועט האבן גרויס הצלחה.


בנוגע פרנסה וכו'; וויסן זאלסטו, אז ווען מען איז מסופק וואו מען זאל וואוינען וכו' איז פרנסה נישט די זאך אויף וואס מען דארף קוקן, דער עיקר וואס א איד דארפט קוקן איז אויף איין זאך: "אויף די חינוך הבנים והבנות"; ווען מען זוכט א פלאץ וואו צו וואוינען איז חינוך הבנים והבנות די וויכטיגסטע זאך; פרנסה געבט דער אייבערשטער וואו אימער מען וואוינט און וואו אימער מען געפונט זיך, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעם אייבערשטנס האנט וואס געבט פרנסה קומט אן נאר קיין אייראפע; עס איז דא גענוג און נאך פרנסה אין ארץ ישראל און עס זענען דא גענוג מענטשן וואס מוטשען זיך אויף פרנסה אין אייראפע, דער אייבערשטער שפייזט יעדן איינעם, ער געבט פרנסה פאר יעדן איינעם; א איד דארף קוקן אויף זיינע קינדער, די קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיי וועלן אויפוואקסן ערליכע אידן.


דעריבער זאלט איר זיך נאכפרעגן אויף א גוטע מוסד, אן ערליכע מוסד, און אז זיי נעמען אריין אייערע קינדער איז גוט פאר ענק צוריק צו גיין קיין ארץ ישראל, בפרט אז איר האט דאך א דירה דארט. און אז דיין ווייב וועט זיין פרייליך פון דעם, זי וועט הנאה האבן צו זיין אין ארץ ישראל וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.