שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך שיקן א טייערע משלוח מנות פאר מיין בעל הבית?
סיפורי צדיקים, הכרת הטוב, פרנסה, פורים, משלוח מנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אין א ביזנעס וואו איך באקום שיין באצאלט ברוך ה', און מיין בעל הבית איז צופרידן פון מיין ארבעט, איך וויל וויסן אויב איך דארף אים זאגן אז איך בין צופרידן פון די ארבעט? למעשה איז ער נאר א שליח פונעם אייבערשטן וואס דורך אים שיקט ער מיר פרנסה, און אויך האב איך מורא אז אויב וועל איך אים צופיל באדאנקען וועט ער מיר ארויפלייגן מער און מער ארבעט און מיך צופיל אויסנוצן.


אויך וויל איך פרעגן אויב איך דארף אים שיקן א טייערע משלוח מנות. אויך וויל איך וויסן וואס צו טון אויב ער בעט מיר צו ערלעדיגן אין די ארבעט שעה'ן א זאך וואס איז נישט פאר די ביזנעס נאר פאר אים פריוואט, דארף איך עס טון, אדער קען איך אים זאגן אז וויבאלד עס איז נישט פאר די ביזנעס טו איך עס נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שענסטע זאך איז די מידה פון הכרת הטוב, זיך באדאנקען און געדענקען די וואס זענען געווען גוטע שליחים פונעם אייבערשטן; ווייל די שענסטע מידה איז הכרת הטוב, און די עקלדיגסטע מידה איז זיין א כפוי טובה.


מוהרא"ש האט דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה, א מענטש איז געווען אונטערוועגנס און געהערט א געשריי, ער איז נאכגעגאנגען די קול פון די געשריי ביז ער איז אנגעקומען צו א גרוב, אויפן גרוב איז געלעגן א גרויסע שטיין אין אינעם גרוב איז געלעגן א וואלף. עס איז געווען א קליינע שפאלט און פון דארט האט דער וואלף ארויסגעשטעקט זיין קאפ און געוויינט און געשריגן מען זאל רחמנות האבן אויף אים און אים באפרייען, דער מענטש האט באקומען א רחמנות געפיל, ער האט געוואלט באפרייען דעם וואלף אבער ער האט מורא געהאט אז דער וואלף וועט אים פארציקן, דער וואלף האט אים צוגעזאגט און געשוואוירן מיט אלע סארט שבועות: "אויב דו וועסט מיך באפרייען וועל איך דיר גארנישט שלעכטס טון", דער מענטש האט שווער געארבעט אראפצונעמען דעם פעלזן שטיין און ער האט מצליח געווען צו באפרייען דעם וואלף.


עס גייט אריבער א מינוט און דער וואלף זאגט פאר דעם מענטש: "זאג וידוי ווייל ביז אפאר סעקונדעס ביסטו טויט, שוין אפאר טעג וואס איך האב נישט געגעסן און איך מוז דיך פארצוקן"; דער מענטש איז געווארן טויט דערשראקן, ער זאגט דעם וואלף: "איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו קענסט דאס טון צו מיר, איך האב דיך געראטעוועט און דו האסט מיר צוגעזאגט און געשוואוירן אז דו גייסט מיר נישט שלעכטס טון!" ענטפערט אים דער וואלף: "אמת, איך האב דיר צוגעזאגט, אבער דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש, און די הלכה איז אז פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה, איך האב שוין נישט געגעסן פאר אפאר טעג, איך גיי דיך אויפעסן", דער מענטש טענה'ט ווייטער: "ווי קענסטו דאס טון?!" עס איז געגאנגען די טענות אהין און צוריק.


פלוצלונג זעט דער מענטש דעם לייב, דער קעניג פון די חיות. זאגט ער פארן וואלף: "לאמיר פרעגן דעם לייב", און דער וואלף איז מסכים. זיי לייגן פָאר זייערע טענות צום לייב, זאגט דער לייב: "איך וויל זען די מעשה ווי אזוי עס איז געווען, דער וואלף זאל צוריק גיין אין גרוב, מען זאל צוריק לייגן די שטיין, אזוי וועל איך קענען פסק'נען אן אמת'ע פסק דין".


מען האט אזוי געטון, דער וואלף איז צוריק אין גרוב, און מען האט צוריק געלייגט די שטיין, און דער לייב רופט זיך אן און זאגט פארן וואלף: "דו בלייב אין גרוב, און דו מענטש, פון יעצט און ווייטער זאלסטו נישט האבן צוטון מיט אזא איינעם וואס איז נישט מכיר טובה".


עס פעלט נישט אויס צו אויסגעבן געלט פאר טייערע משלוח מנות, אז דו ווילסט מכיר טובה זיין - זאלסטו געבן א פשוט'ע משלוח מנות און שרייבן א שיינע בריוו און זיך שטענדיג באדאנקען. עס איז אזוי שיין די מידה פון הכרת הטוב, די וואס האבן הכרת הטוב צו מענטשן - די האבן הכרת הטוב צום אייבערשטן, די דאנקען און לויבן שטענדיג דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.