תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וואוין אין ארץ ישראל זייט מיין חתונה, איך מיט מיין ווייב קומען ביידע פון אמעריקע, געווענליך רוב מענטשן ציען זיך צוריק קיין אמעריקע אפאר יאר די חתונה, מיר האבן מחליט געווען צו בלייבן דא וואוינען צוליב די רוחניות, און צוליב די נסיונות פון טעכנעלאגיע וואס איז נישט אזוי שטארק נפרץ אין ארץ ישראל ברוך ה'.
מיר ביידע זענען מחשיב דאס וואוינען דא, אבער מיט איין זאך איז אונז דא זייער שווער, וואס מאכט אונז זייער דעפרעסט, אז מיר האבן נישט דא קיין חברים און משפחה, און אויך נישט קיין סביבה צו וואו צו געהערן. איך האב שוין אסאך מתפלל געווען אז איך זאל טרעפן דא גוטע חברים און אן ערליכע סביבה, אבער דערווייל האב איך נאכנישט מצליח געווען.
איך האב געזען אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר איינעם אז מ'דארף וואוינען וואו ס'איז גוט פאר די חינוך פאר די קינדער, איז מיין שאלה וואס ס'איז ריכטיג צו טון אין מיין מצב, זאל איך בלייבן דא וואוינען ווייל דא וועט זיין בעסער די חינוך פאר מיינע קינדער, טראץ וואס דאס וואס וואוינען דא מאכט מיר זייער בעצבות?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עצבות האט נישט צו טון מיט די פלאץ וואו מען וואוינט, עצבות איז א זאך וואס מען דארף ארבעטן טאג און נאכט אויף דעם דאס אוועק צו שטופן. וואו א מענטש וועט זיך נאר געפונען, זאל ער זיין אין גן עדן מיט'ן אייבערשטן אליין - וועט ער אויך דארפן אוועק שטופן די עצבות. אדם הראשון איז געווען אין גן עדן מיט חוה, זיי האבן געוואוינט אינעם שענסטן פלאץ וואס איז נאר פארהאן, דאך איז אנגעקומען דער שלאנג און זיי איבערגערעדט זיי זאלן נישט פאלגן דעם אייבערשטן און ער האט זיי אריין געווארפן אין אן עצבות, אין א מרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", דער שלאנג - זיין זאך איז עצבות וואס קומט פון עפר.
מיין נישט אז אין אמעריקע וועט דיר זיין גרינגער, נאר וואו מען געפונט זיך דארף מען ארבטן מיט אלע כוחות אוועק צו שטופן די עצבות און מרה שחורה, דעריבער האט אונז דער הייליגער רבי באפוילן אז מיר זאלן ארבעטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", עס איז א גרויסע מצוה זיך צו שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דיפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", און אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דיפרעסט און נישט פרייליך.
ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואו צו וואוינען וכו'? איך קען דיר מחזק זיין זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט וויסן וואס צו טון, אים בעטן זאלסט האבן א געפיל דארט וואו דו וואוינסט - די עצה קען איך דיר געבן, דאס איז די עצה פאר דער וואס האט נישט קיין עצה. אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן רלח), דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאוונט מעריב און כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צו אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו טון די עצה פון התבודדות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.