שאלה אין קורצן ענין
#9 - איז דא עפעס אן סגולה אדער עצה פאר פוילקייט?
אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, עצות, ישוב הדעת, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אויב דער רבי שרייבט ערגעץ עפעס אן עצה זיך צו שטארקן אויף עצלות און פוילקייט, עפעס א סגולה אדער עצה וואס צו טון אינאיינעם מיט תפלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי רעדט דער רבי פון עצלות; פון יעדע זאך רעדט דער רבי, און דער רבי געבט אן עצה אויף יעדע זאך. מען דארף לערנען לקוטי מוהר"ן אן א שיעור מאל, אזוי ווייסט מען ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "כִּי עִקַּר הָעַצְבוּת וְהָעַצְלוּת, הוּא מֵחֲמַת חֶסְרוֹן אֱמוּנָה", פון וואס קומט פוילקייט און טרויעריקייט? פון ווייניג אמונה. דער רבי איז דאס מסביר מיט א משל, ווען מען פלאנצט איין א ווייצל אין א גוטע ערד, דעמאלט וואקסט עס זייער שיין, עס ווערט נישט געשטערט פון קיין שום ווינט, דינערן און בליצן, "מֵחֲמַת שֶׁיֵּשׁ כֹּחַ הַצּוֹמֵחַ וְכֹחַ הַגּוֹדֵל, עַל כֵּן אֵינוֹ מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", ווייל עס האט א כח וואס מאכט איר וואקסן, קיין שום זאך קען דאס נישט אפשטעלן, אבער אז מען לייגט דאס ווייצל אין ערד וואס איז נישט גוט צו וואקסן, ווערט דאס קערנדל פארפוילט.


"וֶאֱמוּנָה הִיא בְּחִינַת כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ", אזוי איז מיט אמונה, אמונה איז א זאך וואס געבט כח פארן מענטש אנצוגיין אין לעבן, עס מאכט דעם מענטש זאל וועלן וואקסן. אזוי ווי עס שטייט (אסתר ב, ז): "וַיְהִי אוֹמֵן אֶת הֲדַסָּה", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש תהלים כב, כג) מרדכי האט אויפגעצויגן אסתר המלכה; דער פסוק באציט זיך מיט דאס ווארט 'אמונה' פאר די ווארט 'אויפברענגען', נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת לא.): "אֱמוּנָה זֶה סֵדֶר זְרָעִים", זאגט דער רבי, ווען א מענטש האט אמונה - האט ער א כח פון וואקסן און ווערן גרעסער, "אֲזַי אֵין מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", קיין שום זאך קען אים נישט שטערן, "וְאֵינוֹ יָרֵא מִשּׁוּם אָדָם", ער האט נישט קיין שרעק פון קיין שום מענטש, "וְשׁוּם דָּבָר", און פון קיין שום זאך. "וּמִתְפַּלֵּל בַּחִיּוּת", אז מען האט אמונה דאווענט מען מיט א געשמאק, "כָּרָאוּי", אזוי ווי מען דארף דאווענען. "וְנוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", מיט אמונה פארט מען צום צדיק, "כִּי אֵינוֹ מִתְיָרֵא וּמִתְפַּחֵד מִשּׁוּם עִנְיָן שֶׁבָּעוֹלָם", ווייל מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און קיין שום מענטש אויף די וועלט, "אֲבָל כְּשֶׁיֵּשׁ חִסָּרוֹן בָּאֱמוּנָה אֲזַי אֵין לוֹ כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ וַאֲזַי הוּא נִרְקָב מַמָּשׁ, כְּמוֹ הַחִטָּה הַנַּ"ל", אבער ווען מען האט נישט קיין אמונה - דעמאלט האט מען נישט קיין כח אנצוגיין, מען וואקסט נישט, מען ווערט פארפוילט; ממש אזוי ווי א קערנדל וואס פוילט אין נישט גוטע ערד, עיין שם די גאנצע תורה.


עס איז כדאי זאלסט לערנען די תורה און זאגן די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות, סימן קנה), אזוי וועסטו ארויסקריכן פון דיין עצלות ועצבות.


אויך שמחה - זאגט דער רבי - איז אן עצה פאר פוילקייט און טרויעריקייט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם. אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - קען איך אפשר האבן א תפלה אויפצושטיין צייטליך?
שמחה, עצות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע און שיינע דרשות. איך האב געוואלט בעטן אויף דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן א תפלה צו זאגן יעדע נאכט צו קענען אויפשטיין צייטליך אינדערפרי יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח, שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלומי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא האסטו א תפילה אויף צו קענען אויפשטיין אינדערפרי:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר מיין לעבן; איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, אז איך בין א איד און נישט קיין גוי, איך דאנק דיר באשעפער אז איך קען זען, איך קען שטיין און איך קען זיך באוועגן.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט זיין דעפרעסט, עס איז מיר ממש אוממעגליך אויפצושטיין אינדערפרי, איך האב נישט קיין חשק ארויס צו קומען פון בעט ווייל איך בין זייער צעבראכן; דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות, ער רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און ער ברענגט אריין אין מיר מחשבות זרות כאילו איך בין שוין פארפאלן, אז איך קען שוין נישט תשובה טון און אז מיין תורה און מצוות גייען צו די סטרא אחרא. דאס מאכט מיר זייער צעבראכן און איז גורם אז איך בלייבן אין בעט שלאפן.


העלף מיר איך זאל וויסן אז דאס אלעס קומט פונעם יצר הרע, ווייל באמת האסטו מיר זייער ליב און דו ווארסט אויף מיין תורה ותפילה; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו איך האב געזינדיגט קען איך תשובה טון, אזוי וועל איך אויפשטיין פרי, איך וועל לויפן אין מקוה און נאכדעם וועל איך גיין לערנען און דאווענען".


וויסן זאלסטו אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות און מרה שחורה, אויך דער פראבלעם פון נישט אויפשטיין קומט פון דעפרעסיע; דעריבער דארף מען זיך נייטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך. זע צו הערן מוזיק יעדן טאג, טאנץ יעדן טאג און זיי זיך מחזק זיין אויף אלעס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר אזוי וועסטו קענען אויפשטיין אינדערפרי.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג, ר' נתן האט געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - מיר ווילן האבן נאך קינדער
קינדער, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל ראטה שליט"א,


א גרויסן דאנק אויף אלע שיינע געדאנקען וכו', איך דערקוויק זיך מיט אייערע שיעורים.


איך האב ב"ה חתונה געהאט און דער אייבערשטער האט מיר ב"ה געבענטשט א יאר דערנאך מיט א זיס לעכטיג בן זכר, אבער עס איז שוין אריבער מער פון צוויי יאר זייט מיין זון איז געבוירן און מיר ווילן זייער שטארק שוין האבן נאך קינדער.


איך האב גערעדט דערוועגן מיט מיין רב וועמען איך פרעג אים מיינע שאלות, און ער האט מיר געזאגט אז מיין ווייב שתחי' זאל גיין מאכן כל מיני טעסטס, און ב"ה עס איז צוריק געקומען גוטע רעזולטאטן אז עס איז נישט דא קיין פראבלעמען ביי איר. אבער דער דאקטער האט געזאגט אז יעצט דארף איך מאכן פארשידענע טעסטס, וואס זענען נישט אזוי הלכה'דיג אויסגעהאלטן, כדי בודק צו זיין מיין פראבלעם. למעשה יעצט זענען מיר אינגאנצן צובראכן און מיר ווארטן פאר א ישועה בקרוב אמן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן; טאנץ פאר שמחה אז דו האסט א ליכטיגע קינד, א געזונט קינד. וויפיל געלט וואלטן מענטשן געצאלט צו האבן בכלל קינדער, און בפרט געזונטע קינדער. איר דארפט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א ליכטיג קינד; נעם אראפ דאס ווארט "נאר" - מיר האבן "נאר" איין קינד, זאג "מיר האבן א קינד".


מאך נישט קיין שום טעסט אויף דיר וכו'; דו ביסט געזונט און שטארק. דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט זוכה זיין צו (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שְׁלֹשָׁה מַפְתֵּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא" דריי שליסלען זענען נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, איינס פון די דריי איז: "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער, וואס דאס איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים? יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים, וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? ער זאל געבן צדקה, און פרייליך מאכן זיין ווייב; פאלג דעם רבי'ן וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


זיי זיך מחזק, און זיי מחזק דיין ווייב; זאג איר: "דער אייבערשטער וועט אונז נאך העלפן, מיר וועלן האבן קינדער", און פריי דיך מיט דיין ווייב אויף דיין קינד וואס דו האסט; הער נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דיין קינד, וועסטו בקרוב זוכה זיין צו גרויסע ניסים.


איך ווארט צו הערן פון דיר ווי דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן.

#6 - פארוואס נעמט מיין שווער אן לשון הרע'ס קעגן ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, משפחה, עצות, לשון הרע, נחת, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צום געבורט פון די מיידעלע, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם גאר דערהויבענעם ראש השנה וואס איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס יאר אין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, עס האט מיר געגעבן געזאלין פאר א גאנץ יאר. ש'כח אייבערשטער אז מיר לעבן מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, און מיר זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.


נעכטן האב איך גערעדט מיט מיין שווער אויפ'ן טעלעפאן, זייער א געשמאקע שמועס, אבער אינמיטן רופט ער זיך אן אז ער וויל מיך נאר זאגן אז ער האט נישט גע'חלומ'ט אז פון אלע זיינע קינדער וועט ער האבן די מערסטע צער פון מיר. עס האט מיר גאר שטארק וויי געטון דאס צו הערן, אבער איך האב זיך אנגעכאפט אינעם בענקל אז איך זאל גארנישט ענטפערן.


עס שטערט מיר זייער שטארק, פארוואס זאל ער נישט האבן פון מיר די מערסטע נחת? איין טאג פריער איז איינע פון זיינע זון געווען ביי מיר אין שטוב אן קיין בארד און אן קיין פיאות, געשטינקען פון דראגס, און ער זאגט מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער לערנט א אידיש ווארט איז נאר ווען איך שיק אים א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה שליט"א.


שבת חול המועד פסח האב איך געהאט אן אנדערער שוואגער ביי מיר, שוין מער א לומד'ישער, און ער האט נישט אויפגעהערט סעקירן מיין ווייב פארוואס מיר האבן נישט יעדער סארט חומרה, ער האט עס ממש נישט געקענט פארשטיין, אבער אין די זעלבע צייט האט ער בכלל נישט געדאווענט, איך האב זיך געבעטן ביי אים צו גיין דאווענען, איך האב איך אים געגעבן מיין טלית, און ער האט געזאגט יא יא, ער גייט שוין באלד גיין.


מיין הארץ איז צעריסן, פארוואס דארף דעם רבינ'ס נאמען זיין אזוי פארשעמט? הלוואי ווען איך קען ארויסברענגען מיט ווערטער וואס איך האב אלץ באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, הלוואי זאל מיין שווער וויסן דעם אמת וואס היכל הקודש איז און וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, אנשטאט זיך אנצוהערן מיט אלע נארישע לשון הרע'ס.


דאס האט מיר נאך מער אויפגעפלאמט צו העלפן און טון נאך מער פאר הפצה. מיין קאפ רודערט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? איך בענק זיך אזוי שטארק צו דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט דיין שווער, טענה נישט מיט קיינעם, בפרט מיט עלטערן, טאטע מאמע שווער און שוויגער; אז דו ווילסט זיך טענה'ן - זאלסטו גיין התבודדות און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, דערצייל אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג אים דיין גאנצע עבר, און וואס האט פאסירט מיט דיר פון ווען דו האסט געטראפן דעם רבי'ן און עד היום וואס עס פאסירט מיט דיר ווען דו דערמאנסט זיך פון רבי'ן, און די התעוררות וואס דו באקומסט יעדעס מאל דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים.


דאס ווייסטו אודאי אז דער רבי האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקות. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקות", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך בזיונות", דורך דעם וואס מען טשעפט און מען שפעט איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


זיי נישט ברוגז אויף דיין שווער, האלט נישט קיין האס; עס איז נישט ער, עס איז די לשון הרע'ס וואס גייט שוין אן איבער צוויי הונדערט יאר, פון דעם רבינ'ס צייטן ווי דער חולק האט אנגעדרייט די אלע לשון הרע'ס. דיין שווער מיינט זיכער אז די פלאץ איז שעדליך, אזוי ווי מען רעדט השם ישמרינו; וואלט ער געוויסט וואס דו און דיין ווייב באקומען ביים רבי'ן - וואלט ער דיך געטראגן אויף די אקסלען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


לערן דעם רבינ'ס ספרים און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז, בעיקר התבודדות ותפילה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; הער ווערטער, מען קען נישט זיין א איד נאר דורך התבודדות, נאר אז מען רעדט צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען דערציילט די ירידות, די נפילות וואס דער יצר הרע מאכט מיטן מענטש; נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך צופלייסן מיט לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען גייט אריבער שווערע טעג, אפילו מען האט נישט קיין חברותא, אפילו מיט אלע אפילו'ס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, וואס זאל איך דיר זאגן, דעם רבינ'ס ספרים איז פאר אונז א פארמעגן, נישטא קיין זאך אין לעבן וואס דער רבי זאל נישט האבן אויף דעם אן עצה; ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן ווערט קלאר אין לעבן, יעדע זאך איז ביי אים קלאר, ער ווייסט ווי זיך צו פירן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהינגעלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - זאל איך מחנך זיין מיין טאכטער אויף צניעות?
צניעות, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, עצות, מוסר, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זאל איך זאגן פאר מיין צען יעריגע טאכטער זי זאל זיין צניעות'דיג? צום ביישפיל אז זי שלעפט ארויף די קלייד עס זאל זיין קורצער, און נאך אזעלכע סארט זאכן, זאל איך איר מעורר זיין אויף דעם, אדער זאל איך זיך נישט וויסענדיג מאכן און עס וועט אריבערגיין פון זיך אליין?


איך האב נישט קיין אנונג פון וואו זי נעמט דאס, ביי מיין ווייב זעט זי נישט אזעלכע זאכן, זי איז זייער צניעות'דיג.


איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו זאגן פאר דיין טאכטער וועגן זיין איידל; וואס האסטו געווארט ביז יעצט? ביסט שוין אביסל צו שפעט; ביי די צען יאר איז שוין אביסל שפעט, יעצט דארף מען שוין וויסן ווי אזוי צו זאגן. אנדערש איז ווען מען זאגט פון קליינערהייט, ווען די קינדער זענען נאך בייגעדיג, דעמאלט נעמען זיי אן וואס מען זאגט זיי, זיי האבן נישט קיין ברירה, עס ווערט א טבע שני ביי זיי.


זאג פאר דיין טאכטער זאל אכטונג געבן; זאג איר עס מיט א שמייכל, געב איר צו פארשטיין דאס שיינקייט פון גיין איידל, געב איר צו שפירן דאס זיסקייט פון זיין אן איידעלע מיידל. אויך זאלסטו איר זאגן אז ווען מען איז איידל און מען בעט דעם אייבערשטן אויף לעבן, באקומט מען א גוטע חתן, א וואוילער מאן מיט ערליכע קינדער.


עבודת החינוך איז א הייליגע עבודה, דאס איז אזוי הייליג ווי די גרויסע עבודה פון זאגן תיקון חצות, אזוי האט אונז רבי נתן געלערנט. ער פלעגט ווארטן אויף זיינע קינדער, זיי לייגן שלאפן מיט יראת שמים; הגם ער האט שוין געוואלט גיין שלאפן פרי כדי אויפצושטיין גאר פרי, ער האט געהאט זיינע סדרים - דאך פלעגט ער אויפבלייבן ביז זיי זענען אהיים געקומען פון ישיבה, פון חדר; ער האט געזאגט: "די עבודה איז ביי מיר אזא הייליגע עבודה, אזוי ווי זאגן חצות".


מען קען נישט נאר זאגן פאר קינדער מוסר, מען דארף אויך מאכן פרייליך; מען דארף מאכן צייט מיט די קינדער פון לאכן און זיך פרייען, און פון די אנדערע זייט דארף מען מוסר'ן די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וויפיל צו לאכן און וויפיל צו זאגן, וויפיל צו שווייגן און וויפיל צו באמערקן; נאר מיט תפילה וועסטו מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי וואלט איך געלעבט אן די עצות פון רבי'ן?
התחזקות, שלום בית, שבת טיש, חסידות ברסלב, שמחה, הפצה, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי הויז, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן,  אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווי אזוי מענטשן לעבן אנעם רבי'ן, ווי אזוי מענטשן גייען אן אין זייער לעבן אן דעם רבינ'ס לימודים; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה אויף טריט אין שריט? ווי אזוי האלט מען זיך רואיג, מען ווערט נישט פארלוירן?


אפגערעדט אין שטוב - איז נישט מעגליך צו לעבן א זיסע לעבן, נאר אז מען האט די עצות פון צדיק, די חיזוק פון צדיק; מיט א צדיק איז דאך אזוי גוט, אזוי געשמאק; די גאנצע שטוב, די ווייב, די קינדער - אלעס איז אזוי גוט.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אליינס צוגעגרייט אלעס און געהאט א שיינע סעודה; וואויל איז דעם וואס קוקט מיט רחמנות אויף די ווייב, ער פארשטייט אז זי דארף זיך אביסל אפרוען פון א גאנצע וואך, ער זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר צו ראטעווען די מצב.


יעצט ווען דו זעסט זיך נאך אזא מעשה בלייבט איבער איין זאך: 'ווי אזוי קען מען אריינברענגען דעם רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל אין אנדערע?' ווייל די מעשיות פאסירן דאך ביי אלעמען; אז נישט פינקט די מעשה - פאסירט ענליכע מעשיות, און ווי אזוי קוקט אויס א שטוב וואס האט נישט די הקדמות פון רבי'ן? ווי אזוי ענדיגט זיך די מעשה ביי זיי...? דארפן מיר וואס מער פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ליכטיג מאכן אנדערע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאלן מיר זיך צוריק ציען קיין אמעריקע?
שמחה, עצבות, עצות, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל זייט מיין חתונה, איך מיט מיין ווייב קומען ביידע פון אמעריקע, געווענליך רוב מענטשן ציען זיך צוריק קיין אמעריקע אפאר יאר די חתונה, מיר האבן מחליט געווען צו בלייבן דא וואוינען צוליב די רוחניות, און צוליב די נסיונות פון טעכנעלאגיע וואס איז נישט אזוי שטארק נפרץ אין ארץ ישראל ברוך ה'.


מיר ביידע זענען מחשיב דאס וואוינען דא, אבער מיט איין זאך איז אונז דא זייער שווער, וואס מאכט אונז זייער דעפרעסט, אז מיר האבן נישט דא קיין חברים און משפחה, און אויך נישט קיין סביבה צו וואו צו געהערן. איך האב שוין אסאך מתפלל געווען אז איך זאל טרעפן דא גוטע חברים און אן ערליכע סביבה, אבער דערווייל האב איך נאכנישט מצליח געווען.


איך האב געזען אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר איינעם אז מ'דארף וואוינען וואו ס'איז גוט פאר די חינוך פאר די קינדער, איז מיין שאלה וואס ס'איז ריכטיג צו טון אין מיין מצב, זאל איך בלייבן דא וואוינען ווייל דא וועט זיין בעסער די חינוך פאר מיינע קינדער, טראץ וואס דאס וואס וואוינען דא מאכט מיר זייער בעצבות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עצבות האט נישט צו טון מיט די פלאץ וואו מען וואוינט, עצבות איז א זאך וואס מען דארף ארבעטן טאג און נאכט אויף דעם דאס אוועק צו שטופן. וואו א מענטש וועט זיך נאר געפונען, זאל ער זיין אין גן עדן מיט'ן אייבערשטן אליין - וועט ער אויך דארפן אוועק שטופן די עצבות. אדם הראשון איז געווען אין גן עדן מיט חוה, זיי האבן געוואוינט אינעם שענסטן פלאץ וואס איז נאר פארהאן, דאך איז אנגעקומען דער שלאנג און זיי איבערגערעדט זיי זאלן נישט פאלגן דעם אייבערשטן און ער האט זיי אריין געווארפן אין אן עצבות, אין א מרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", דער שלאנג - זיין זאך איז עצבות וואס קומט פון עפר.


מיין נישט אז אין אמעריקע וועט דיר זיין גרינגער, נאר וואו מען געפונט זיך דארף מען ארבטן מיט אלע כוחות אוועק צו שטופן די עצבות און מרה שחורה, דעריבער האט אונז דער הייליגער רבי באפוילן אז מיר זאלן ארבעטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", עס איז א גרויסע מצוה זיך צו שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דיפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", און אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דיפרעסט און נישט פרייליך.


ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואו צו וואוינען וכו'? איך קען דיר מחזק זיין זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט וויסן וואס צו טון, אים בעטן זאלסט האבן א געפיל דארט וואו דו וואוינסט - די עצה קען איך דיר געבן, דאס איז די עצה פאר דער וואס האט נישט קיין עצה. אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן רלח), דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאוונט מעריב און כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צו אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו טון די עצה פון התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - התבודדות איז נישט געמאכט פאר מיר, איז דא נאך עפעס עצות?
תפילה והתבודדות, עצות, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א געוועזענער חסידישער בחור, איך האב געהערט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי מ'קען אנהויבן פון פריש א נייע בלעטל אין לעבן, אבער אינעם גאנצן שיעור האב איך בעיקר געהערט נאר די עצה פון תפלה און התבודדות און דאס גלייכן, איך וויל אבער וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט נאך עצות ווי אזוי אנצוהויבן פון פריש, איך גלויב אז ס'איז דא נאך עצות און געדאנקען פאר די אלע אזוי ווי מיר וואס התבודדות און די אנדערע עצות זענען נישט געמאכט פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו צו זאגן 'התבודדות איז נישט פאר דיר'? וואס מיינט אז עס איז נישט געמאכט פאר אונז? עס איז דאך א מצות עשה צו דאווענען צום אייבערשטן!


התבודדות איז נישט עפעס א נייע זאך וואס ברסלב האט ערפינדן; קוק וואס דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק א' מהלכות תפלה, הלכה א-ב): "עִיקָר הַתְּפִלָּה הוּא מִצְוַת עֲשֵׂה מִן הַתּוֹרָה", דאווענען צום אייבערשטן איז א מצות עשה פון די תורה, "שֶׁיִּתְפַּלֵּל הָאָדָם וִיבַקֵּשׁ מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ כָּל מַה שֶׁהוּא צָרִיךְ", אז יעדע זאך וואס א מענטש דארף זאל ער בעטן דעם אייבערשטן, "וְהוּא יָכוֹל לְדַבֵּר אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל שָׂפָה שֶׁרַק יָכוֹל", מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף סיי וואס פאר א שפראך מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי מִצְוַת עֲשֵׂה לְהִתְפַּלֵּל בְּכָל יוֹם", און עס איז א מצוה צו דאווענען יעדן איינציגן טאג. "וְאֵין לַתְּפִלָּה זְמַן קָבוּעַ מִן הַתּוֹרָה", תפילה האט נישט קיין באשטימטע צייט אין טאג, "וּלְפִיכָךְ נָשִׁים וַעֲבָדִים חַיָּבִין בִּתְפִלָּה, לְפִי שֶׁהִיא מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁלֹא הַזְּמַן גְּרָמָא", דאווענען צום באשעפער איז א מצוה וואס איז נישט באגרעניצט אין א צייט, דערפאר זענען פרויען און קנעכט אויך מחויב מיט תפילה.


א איד שרייבט נישט אזעלכע ווערטער: "התבודדות איז נישט געמאכט פאר אונז"; התבודדות און תפילה דאס איז וואס א איד דארף טון, דאס איז די מצוה פון דאווענען. די נוסח התפילה לויט וואס מיר דאווענען שחרית, מנחה און מעריב - האבן די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען ווען זיי האבן געזען דעם ביטערן לאנגן גלות, ווי די אידן וועלן זיך אויסמישן צווישן די פעלקער, דערפאר האבן זיי מתקן געווען דעם נוסח התפילה, אבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן - איז א זאך וואס יעדער איינער דארף טון.


אפשר מיינסטו צו זאגן אז התבודדות איז עפעס אן אינטערעסאנטע זאך? אפשר ווייסטו נישט וואס איז דאס התבודדות - אז דו שרייבסט אז התבודדות איז נישט געמאכט פאר אונז; אפשר האסטו דאס נאכנישט פרובירט צו טון, ווייל איינמאל מען פרובירט אויס די עצה פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן - דארף מען שוין גארנישט און מען וויל שוין גארנישט, מען ווערט שוין אויסגעלייזט, מען שפירט דעם זיסן טעם וואס מען וועט שפירן ווען משיח וועט קומען.


וואס וועסטו טון ווען משיח וועט קומען? משיח וועט אויסלערנען אלעמען צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט אייננעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיה נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן"; קענסטו דאך שוין יעצט רעדן צום אייבערשטן וועסטו שוין שפירן ווי משיח איז דא.


עס זענען פארהאן אסאך עצות ווי אזוי מען קען זיך ארויסדרייען פון די אלטע זאכן און אנהייבן א נייע לעבן, אבער צו אלע עצות דארף מען נאכאלץ צוקומען צו תפילה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געבעטן דעם רבי'ן אן עצה צו ווערן אן ערליכער איד, האט אים דער רבי געזאגט ער זאל זיך מאכן שיעורים צו לערנען, האט יענער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער קען נישט לערנען, האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיא): "עַל יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל", דורך תפילה קען מען צוקומען צו אלעס; "לְכָל טוּב", צו אלעס גוטס, "לְתוֹרָה", צו לערנען תורה, "וַעֲבוֹדָה", צו דינען דעם אייבערשטן, "וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת", צו אלע הייליגקייטן, "וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת", צו אלע עבודות וואס איז נאר פארהאנען, "וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", און צו אלעס גוטס פון אלע וועלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואס טו איך וועגן מיין שוועסטער וואס גליטשט ליידער אוועק?
חיזוק פאר מיידלעך, סמארטפאון, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און איך שטארק זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס איך הער ביי די געוואלדיגע שיעורים.


איך האב א שוועסטער וואס האט ליידער אנגעהויבן גליטשן פון אידישקייט, זי חבר'ט זיך מיט שלעכטע חברים, זי האט זיך געשאפט א סמארטפאון און איז פארנומען מיט דעם א גאנצן טאג, און ליידער אויך אום שבת קודש.


עס טוט מיר זייער וויי צו זען אז מיין שוועסטער איז מחלל שבת רחמנא ליצלן, מיינע עלטערן ווייסן נישט דערפון, און איך ווייס נישט אויב איך זאל זיי דערציילן איבערדעם אדער נישט.


איך אליין וויל נישט ווערן אפגעקילט דורך איר, איך וויל זיך שטארקן צו זיין נאר וואויל און ערליך, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו פירן אין אזא מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער בריוו האט מיר זייער בארירט; די צער פון וואס איר דערציילט אינעם בריוו פון אייער שוועסטער וכו' השם ירחם האט מיר געשטאכן ביז מיין הארץ.


הדבר הראשון זאלט איר זיך זייער שטארקן זיך ווייטער צו פירן בדרך התורה, ווייל נאר מיט די תורה האט מען א לעבן; עס איז א רחמנות אויף די וואס לאזן אפ די וועג פון די תורה ווייל אויב מען לאזט אפ די תורה איז זייער ביטער, אבער אז מען היט די תורה, בפרט אז מען היט שבת קודש און מען איז זיך מענג מיט'ן שבת, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און געבט דעם מענטש גוטס אן קיין ענדע, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ - אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", און (שבת קיח.): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים".


צווייטנס בעט איך אייך איר זאלט ברענגען נחת פאר אייערע עלטערן; איר זאלט זיך ווייטער פירן איידל און גיין אנגעטון איידל וועט איר געזונט מאכן אייערע עלטערן און זיי צוגעבן יארן צום לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער היילן אויס די עלטערן; זאגט גארנישט פאר אייערע עלטערן בנוגע אייער שוועסטער, עס וועט גארנישט בעסער מאכן עס וועט זיי נאר מאכן שברון לב. זיי וועלן דאס נישט קענען אריבער טראגן, ווייל די גרעסטע צער פאר עלטערן איז צו זען ווי א קינד גייט אוועק פון אידישקייט השם ירחם.


אז איר ווילט העלפן אייער שוועסטער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר איר אז ער זאל אריין לייגן אין איר א רוח טהרה, א ריינקייט, אז זי זאל אפלאזן די שלעכטע חבר'טעס, זי זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. זאגט איר גארנישט קיין מוסר; אייער אויפפירונג און אייערע מעשים וועט איר צוריק שלעפן, ווען זי וועט זען ווי שיין איר רעדט, אייער שטענדיגע שמייכל און אייער אמונה ובטחון וועט דאס ברענגען אז זי זאל צוריק קומען. שמועסט מיט איר דערציילט איר מעשיות פון תפילה וואס איר האט געבעטן און דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן.


מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער; ווער עס ווייסט וואס טוט זיך אפ היינט... עס פאלן נעבעך אוועק בחורים און מיידלעך פון די שענסטע שטובער, בפרט דורך די צרה וואס מיר האבן אין אונזער דור - די אינטערנעט, וואס איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז זייער שווער צוריק צו קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אייער שוועסטער זאל תשובה טון בקרוב.