תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
פאר דריי יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן, איך בין געפארן קיין אומאן ווייל איך בין געווען זייער דערביטערט און פארווייטאגט אויף מיינע שלעכטע מעשים, איך האב נישט געגלויבט אז איך וועל אפילו האבן אן הרהור תשובה, אבער פאקטיש בין איך זייער נתעורר געווארן לתשובה ביים ציון הקדוש, און למעשה בין איך שוין געווען דריי מאל ביים ציון, צוויי דערפון אום ראש השנה, און איך האף צו פארן אויך אויף די קומענדיגע ראש השנה בעזר ה'.
איך שפיר אבער אז זייט איך בין געווען ביים ציון בין איך נאר ערגער געווארן, אמת טאקע אז אן התעוררות און א רצון האב איך באקומען ביים ציון, עס טוט מיר שוין וויי מיינע עבירות, און דער רבי געבט מיר א האפענונג אז איך וועל נאך אמאל ווערן גוט, אבער פאקטיש בין איך ממש ווי געבינדען אין קייטן ביים יצר הרע, ווען עס קומט מיר אונטער א נסיון איז מיר ממש נישט מעגליך זיך צוריקצוהאלטן, אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן און זאגן דארט דעם תיקון הכללי; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, ער וועט זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות, "וועל איך מיר לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שואל תחתית".
דאס וואס דו שפירסט אז זייט דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן פאלסטו אראפ מער און מער, דאס איז ווייל פאר דו האסט זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן ביסטו געווען אין א הסתר שבתוך הסתר, דו האסט בכלל נישט געוויסט אז דו טוסט שלעכטס. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נו): עס איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער איז באהאלטן פונעם מענטש "בְּהַסְתָּרָה תּוֹךְ הַסְתָּרָה", אין א דאפעלטע באהעלטעניש, "דְּהַיְנוּ שֶׁהַהַסְתָּרָה בְּעַצְמָהּ נִסְתֶּרֶת מִמֶּנּוּ דְּהַיְנוּ שֶׁאֵינוֹ יוֹדֵעַ כְּלָל שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נִסְתָּר מִמֶּנּוּ", דאס אליינס אז ער איז ווייט פונעם אייבערשטן איז פון אים פארהוילן, "אֲזַי אִי אֶפְשָׁר כְּלָל לִמְצֹא אוֹתוֹ מֵאַחַר שֶׁאֵינוֹ יוֹדֵעַ כְּלָל מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ער זוכט בכלל נישט אויף דעם אייבערשטן ווייל ער ווייסט נישט אז עפעס פעלט אים, נאר ווען דער מענטש קומט צום צדיק נעמט דער צדיק אראפ דעם ערשטן הסתר, מען הייבט אן שפירן און זען וואס מען טוט אלץ, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז פון די קדושה, וויפיל מען דארף אלץ מתקן זיין, דעמאלט הייבט מען אן זוכן א וועג דאס אלעס צו פאררעכטן.
מענטשן פרעגן פארוואס די ברסלב'ע אידן זענען שטענדיג פארנומען מיט שמחה, זיי זוכן וועגן זיך פרייליך צו מאכן, אנדערע חסידים זענען נישט אזוי פארנומען זיך פרייליך מאכן; דער תירוץ איז אז וויבאלד מיר האבן דעם רבי'ן וואס נעמט אראפ דעם ערשטען הסתרה הייבט מען אן זען ווי אזוי מען זעט אויס, מען הייבט זיך אן צו פרעגן: "וואו בין איך אויף דער וועלט?" ביז מען איז זוכה אלעס צו פאררעכטן.
דעריבער זאלסטו נישט זאגן אז דו ווערסט נאר ערגער וכו'; דאס איז נאר ווייל יעצט האט דיר דער רבי אויפגעוועקט פון דיין טיפן שלאף, דערפאר הייבסטו אן צו זען וואס עס טוט זיך מיט דיר. דו שרייבסט דאך אליינס אז דו האסט נישט געטראכט פאר דעם אז דו וועסט נאך זוכה זיין צו האבן הרהורי תשובה, נאר ווען דו ביסט געקומען קיין אומאן האט זיך דיר געעפענט דיין הארץ און דו האסט תשובה געטון אויף אלע דיינע מעשים, און יעדע מאל דו לערנסט די ספרים פון הייליגן רבי'ן ברענגט דאס אריין אין דיר א האפענונג, דעריבער זאלסטו אודאי קומען קיין אומאן אויף ראש השנה וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין טיפע בלאטע און אלעס פאררעכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.