תוכן השאלה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס טוט וויי און האבן קשיות און תרעומות – זענען צוויי באזונדערע זאכן; האבן קשיות אויפן אייבערשטן - דאס טאר מען נישט, און זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, אים דערציילן אלע ווייטאג - דאס איז זייער הייליג.
עס איז נישט שייך מיר זאלן קענען פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס דרכים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב), דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".
זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן דאס מיינט נישט אז מען וועט יעצט געבן מער שלעכטס; דאס איז ווען א מענטש רעדט זיך אפ, ווען מען רעדט זיך אפ - דעמאלט קען מען ברענגען דינים אויף זיך, אויף דעם זאגט מוהרנ"ת אז ווען מען רעדט זיך אפ זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים מאכן ער זאל האבן נאך מער אויף וואס זיך אפ צו רעדן, און ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים ברענגען מער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען; אפרעדן און אויסרעדן – זענען צוויי זאכן, אפרעדן איז עצבות ומרה שחורה, דאס איז די סטרא אחרא, און זיך אויסרעדן, זיך אויסגיסן דאס הארץ - דאס איז די העכסטע מדריגה; מען בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן, מען דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, מען זאגט: "רבונו של עולם איך ווייס אז אלעס איז פאר מיין טובה, איך ווייס אז דו מאכסט נאר גוטס, דאך בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל עס קענען דערהייבן און פארנעמען, רבונו של עולם געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו און אלעס איז נאר פאר מיין גוטס" וכו' וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.