שאלה אין קורצן ענין
#1 - זיך האלטן שטארק מיט אן איידעלע שפראך?
התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חברים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיין הייליג און ערליך, איך וויל האבן אן איידעלע שפראך, רעדן נאר איידעלע זאכן, וואס קען איך אבער טון אז סיי אין מיין משפחה און סיי די מיידלעך אין מיין קלאס, רעדן אסאך נישט איידעלע זאכן?


איך פרוביר זיי צו זאגן אז איך בין נישט די סארט מיידל, איך וויל זיין נאר ערליך, איך וויל נישט האבן צוטון מיט שלעכטע זאכן, און איך וויל נישט רעדן זאכן וואס מען טאר נישט, ווי אזוי האלט מען זיך שטארק און מען ווערט נישט נאכגעשלעפט נאך די ארומיגע?


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג נישט צו רעדן זאכן וואס זענען נישט איידל, האלטס זיך ערליך, האלטס זיך איידל; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב איידלקייט, מען באצאלט זייער גוטע שכר פאר א מיידל און א פרוי וואס פירט זיך איידל און רעדט איידל, מען איז זוכה צו קינדער צדיקים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּה שָׁאוּל", צוליב די איידלקייט וואס רחל האט געהאט האט זי זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך קעניגן צדיקים ווי שאול המלך, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און אין די שכר וואס שאול המלך איז געווען איידל האט ער זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך אזוי גרויס ווי אסתר המלכה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.