שאלה אין קורצן ענין
#10 - פארוואס ווילן נישט מיינע עלטערן מיר חתונה מאכן?
שידוכים, כיבוד אב ואם, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע געבן חיזוק פאר שידוכים. איך בין שוין איבער ניינצן יאר און מיינע עלטערן זענען נאך זייער רואיג, זיי הערן יעצט ממש נישט אויס קיין שידוכים.


איך וויל שטארק חתונה האבן, אבער איך קען זיי נישט זאגן, ווייל זיי ווארטן צו הערן די פארקערטע, אז איך יאג זיך בכלל נישט, און זיי מאכן חוזק פון די וואס ווילן שוין חתונה האבן, מיין גאנצע משפחה מאכט חוזק דערפון, און אויך מיינע עלטערע געשוויסטער, זיי זאגן אז טאקע זיי האבן שטארק געוואלט חתונה האבן, אבער למעשה איז די שענסטע זאך צו זיין אינדערהיים, אפילו ברוך ה' זיי זענען גליקליך.


איך פיל אבער אז איך דארף שוין חתונה האבן, איך שפיר אז ווארטנדיג אויף מיין שידוך גייט עס אויפ'ן חשבון פון מיין איידלקייט און צניעות צווישן מענטשן.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען געבן חיזוק פאר מיר און פאר אלע וואס גייען דאס דורך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט יא צו אייערע עלטערן, רעדט שיין און הארציג, זאגט זיי אז איר שפירט אז דאס מער ווארטן און דאס נישט אויסהערן קיין שידוכים - גייט אויפן חשבון פון אייער איידלקייט און צניעות. מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר נישט רעדן דערפון, זיי וועלן נאר חוזק מאכן, אבער צו אייערע עלטערן איז יא כדאי צו רעדן, ווייל די עלטערן האבן יא רחמנות אויף די קינדער, און אז מען רעדט שיין און הארציג - פועל'ט מען, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט:): "ניכרים דברי אמת", מען זעט אויף רייד אויב עס איז אמת; זיי וועלן זען אז איר מיינט עס ערנסט, איר ווילט חתונה האבן צו זיין ערליך און פיין; די ווערטער וועלן פועל'ן ביי זיי.


געבט אכטנג אויף כבוד אב ואם, די וועג ווי מען רעדט צו עלטערן מוז זיין זייער איידל און זייער דרך ארץ'דיג.


אויב איר וועט יא רעדן צו זיי אדער נישט רעדן צו זיי, דארפט איר וויסן אז א שידוך האט סיי ווי נישט מיט קיינעם צו טון, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, און אז מען בעט אים מיט סבלנות, מען בעט שיינערהייט, מען בעט א מתנת חינם - איז מען זוכה צו א שידוך, אפילו די גאנצע וועלט שטעלט זיך קעגן דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפינען אין די תורה, נביאים און אין כתובים, אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף מאמע לשון, אייגענע תפילות, פון הארצן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין איידל, איך וויל זיין הייליג, איך וויל נישט קוקן און טראכטן פון פרעמדע, איך וויל מיין לעבן, מיין מאן, מיין געצעלט, העלף מיר טאטע, מאך א נס און געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייגענע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין צו אייער שידוך.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי מאך איך אז מיין מאן זאל זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
שלום בית, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען, קאמפלימענטס, רעדן, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך קען מאכן אז מיין מאן זאל זיך בעסער אויסקומען מיט מיין טאטע, ער געבט זיך ממש נישט קיין עצה מיט אים, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


מיר האבן חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און איך וויל אזוי שטארק ער זאל האבן א גוטע קשר מיט מיין טאטע, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אזוי ווי אהרן הכהן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) ער האט משנה געווען מפני השלום. ראובן איז געווען צעקריגט מיט שמעון זיי האבן נישט גערעדט איינער מיטן צווייטן, האט ער געזאגט פאר ראובן: "שמעון וויל זייער שטארק מאכן שלום, ער שעמט זיך נאר פון דיר, ער האט דיך זייער ליב", און אזוי האט ער געטון מיט שמעון, ער האט אים געזאגט: "ראובן וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר, אבער ער שעמט זיך"; ביז זיי האבן זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן און שלום געמאכט.


זאגט אייער מאן ווי שטארק אייער טאטע האלט פון אים, און פאר אייער טאטע זאלט איר זאגן אז אייער מאן רעדט זייער שיין פון אים, און אפילו איינער האט וויי געטון דעם צווייטן - קען מען נאכאלץ זאגן שיינע ווערטער, ווי: "יענער האלט פון דיר, ער האט זיך פארלוירן - האט ער געזאגט וכו', אבער ער מיינט נישט".


דורכן געבן א גוט ווארט פון איינעם צום צווייטן קומט נישט ארויס קיין שאדן, עס קומט ארויס נאר גוטס, און מען דארף נישט מורא אז יענער וועט זאגן עס איז נישט אמת, און אויב איינער איז אביסל שארפער פונעם צווייטן, זאגט מען יענעם: "מיין מאן איז זייער הייקל, ער קען נישט נעמען די וועג פון רעדן שטארק", אדער מען זאגט פאר'ן מאן: "מיין טאטע איז זייער הייקל, ער נעמט יעדע זאך פערזענליך, זאלסטו פרובירן מער אכטונג געבן"; א פרוי מיט אביסל שכל - קען מאכן איר מאן מיט איר טאטע זאלן זיין זייער נאנט.


ווען איר צינדט ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן אייער משפחה, און פאר ערליכע דורות; ווייל וואס תפילה פועל'ט קען מען נישט פועל'ן מיט קיין שום אנדערע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי ווייס איך ווער עס איז א גוטער חבר?
תפילות אויף אידיש, ניבול פה, חברים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אזויפיל ווי דער ראש ישיבה רעדט צו די בחורים איבער אכטונג געבן פון שלעכטע חברים, וויל איך פרעגן וועגן דעם, ווער איז א גוטער חבר? און אויב ווער איך געוואויר אז איינער וואס איך קען זיך מיט אים, איז נישט קיין גוטער חבר וואס זאל איך טון מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געגעבן א סימן צו וויסן ווער איז ערליך און ווער נישט, מען זאל הערן ווי אזוי יענער רעדט; רעדן איז דער פענע פון הארץ. אן ערליכער איד קען נישט רעדן ניבול פה, אן ערליכער איד רעדט נאר גוטע זאכן, שיינע זאכן; ער רעדט דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות, ער געבט יעדן איינעם גוטע ווערטער; ווידער א נישט ערליכער איד, ווען ער רעדט - הערט מען גלייך אויף זיין רעדן ווער ער איז. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווייסט מען אז דער מענטש איז פול מיט שלעכטע מחשבות.


אז דו הערסט בחורים רעדן ניבול פה - זאלסטו אנטלויפן פון זיי אזוי ווי מען אנטלויפט פון א סכנה! ווייל חס וחלילה אויב מען הערט רעדן ניבול פה און מען שווייגט - איז דאס א גרויסע עבירה. דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו", דער וואס רעדט ניבול פה, "אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזר דין, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען עס איבער אויף שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנֹּם", אויך מאכט מען אים טיפער דעם גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און דאס אלעס פאסירט אויך פאר די וואס הערן ניבול פה און שווייגן.


אינדערפרי ווען מען זאגט די ברכות דארף מען אינזין האבן צו בעטן דעם אייבערשטן: "וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע, רבונו של עולם דערווייטער מיך פון א שלעכטער מענטש, וּמֵחָבֵר רָע, און דערווייטער מיר פון א שלעכטער חבר"; ווייל א שלעכטער חבר איז א גרויסע סכנה.


דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס.

#7 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס רעדט זייער נישט קלאר?
רפואה, קינדער, טערעפי, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אלעמאל אז דער רבי האט אן עצה אויף אלעס, אויף יעדע פראבלעם. וויל איך וויסן אן עצה וואס צו טון אז מיין אינגל, וואס איז שוין כמעט פיר יאר אלט, רעדט שרעקליך נישט קלאר, ער איז ברוך ה' א געזונטער זיסער אינגל, עס איז אבער זייער זייער שווער אים צו פארשטיין, ער מוטשעט זיך זייער שטארק צו רעדן קלאר מען זאל פארשטיין וואס ער זאגט.


עס איז א שטיקל נסיון פאר אונז פון ביידע זייטן, סיי פאר אים אליין מאכט עס אים זייער נערוועז און אנגעצויגן אז מען ווייסט נישט וואס ער זאגט אדער וויל, און סיי פאר די עלטערן איז עס זיכער זייער שווער, איך פיל זייער שלעכט פאר אים און אויך ווער איך אסאך מאל צעפלאצט פון זיין נערוועזקייט אז ער זאגט איבער די זעלבע זאך אזוי סאך מאל און נאכאלץ פארשטייט מען אים נישט, איך שפיר ווי עס נעמט א ים מיט כוחות אז זיין אנגעצויגנקייט די גאנצע צייט זאל מיר נישט אנרירן און מאכן נערוועז און צעפלאצט.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ער זאל אונז שוין העלפן מיט דעם. איך וויל וויסן וואס נאך איך קען טון צו דעם, אדער אפשר אביסל חיזוק. דאס איז א טאג טעגליכע שוועריקייט און עס טוט מיר וויי צו זען ווי מיין קינד מוטשעט זיך אזוי ביטערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דא מומחים פאר די זאכן, מומחים וואס פארשטייען ווי אזוי אויסצולערנען רעדן; אמאל קען זיין מיט א קלייניקייט קען מען דאס פאררעכטן. נעם אים צו טערעפי און בעט דעם אייבערשטן מען זאל דאס קענען גרינג פאררעכטן.


העיקר גייט נישט אריין אין קיין לחץ, ווערט נישט פארלוירן; געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - ווי אזוי איז מען מחנך קינדער צו רעדן איידל?
חינוך הילדים, קדושה, ניבול פה, מלמדים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע און געשמאקע חיזוק וואס איך באקום כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך ארבעט אלס מלמד, און איך האב באקומען גאר א שווערע קלאס, גאר ווילדע און שווערע קינדער, און עס מיר זייער שווער זיי מחנך צו זיין, ספעציעל נישט צו רעדן אינמיטן דאווענען, און נישט צו רעדן מיאוס'ע ווערטער און שעלט ווערטער וכדומה. איך בין מתפלל יעדן טאג אויף דעם, אבער עס איז מיר שווער זיך צו דערהאלטן.


היינט אינדערפרי אויפ'ן וועג צו חדר האב איך געליינט דעם חינוך גליון פון ראש ישיבה שליט"א, איך האב געליינט דארט אז פאר קינדער דארף מען איבערזאגן יעדע זאך טויזנט מאל ביז זיי פארשטייען און כאפן עס, און דאס האט מיר געגעבן אסאך חיזוק און האפענונג. איך האב איבערגעזאגט דער ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער אין מלמדים שטיבל פאר די אנדערע מלמדים, און דאס האט זיי אויך שטארק מחזק געווען.


דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך כח און מח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט מיט אידישע קינדער תורה ויראת שמים, נישטא קיין גרעסערע זאך אויף די וועלט ווי לערנען מיט קינדער תורה ויראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד', אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", דאס מיינט מען די מלמדים וואס לערנען מיט קינדער, זיי וועלן שיינען ווי די שטערנס.


דאס איז די ארבעט פון א מלמד, רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט. מען דארף האבן אסאך סבלנות, ווייל מען זעט נישט אלץ גלייך וואס מען טוט אויף, אבער יעדע ווארט וואס מען רעדט צו די קינדער טוט אויף, עס גייט אריין אין זיי און עס פועל'ט.


רעד צו די קינדער אסאך פון קדושה, און אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט צו רעדן ניבול פה. יעצט איז די צייט זיי אויסצולערנען זיך אכטונג געבן נישט צו רעדן ניבול פה. חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יג): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁהָיָה עוֹמֵד הוּא וּבְנוֹ בְּבֵית הַכְּנֶסֶת, וְכָל הָעָם הָיוּ עוֹנִין אָמֵן וְהַלְלוּיָהּ אַחַר הָעוֹבֵר לִפְנֵי הַתֵּיבָה, וּבְנוֹ עוֹנֶה דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת, וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר", עס איז געווען אמאל יום טוב סוכות אין שול, אלע מתפללים האבן שיין געדאווענט הלל, און עס איז געווען א איד וואס זיין זון האט נישט געדאווענט און נישט געזאגט הלל, נאר ער האט גערעדט ניבול פה וכו' אין שול הויך פאר אלעמען, "וְאָמְרוּ לוֹ הַבְּרִיּוֹת שֶׁיִּמְחֶה בִּבְנוֹ", מענטשן זענען געגאנגען רעדן צו דעם איד ער זאל אכטונג געבן אויף זיין זון, מען האט אים געזאגט: "געב אכטונג אויף דיין זון, ער דאווענט נישט און ער רעדט שמוציג וכו'", דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, "וְהֵשִׁיב וְאָמַר לָהֶם: 'מָה אֶעֱשֶׂה לוֹ, תִּינוֹק הוּא, יְשַׂחֵק'", ער האט געזאגט עס איז גארנישט, ער איז נאך א קינד, "שׁוּב לְמָחָר עָשָׂה כֵּן, כָּל אוֹתָן יְמֵי הֶחָג עָנָה בְּנוֹ דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר", אזוי איז געווען א גאנץ יום טוב סוכות, טאג נאך טאג, מען האט אים געבעטן ער זאל אכטונג געבן אויף זיינע קינדער, אבער ער האט אלץ געזאגט עס איז גארנישט, ער איז נאך א קינד, "לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה לֹא שְׁנִיָּה וְלֹא שְׁלִישִׁית עַד שֶׁמֵּתוּ אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו וּבֶן בְּנוֹ וְיָצְאוּ לוֹ חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה נְפָשׁוֹת בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, וְלֹא נִשְׁתַּיֵּר לוֹ אֶלָּא שְׁנֵי בָּנִים, אֶחָד חִגֵּר וְסוּמָא וְאֶחָד שׁוֹטֶה וְרָשָׁע", פירט אויס אליהו הנביא, עס איז נישט אריבער אפאר יאר ביז זיין גאנצע משפחה איז אים אויסגעשטארבן און עס איז נאר געבליבן צוויי קינדער - איינער א בלינדער און א הינקעדיגער, און א קינד א שוטה א רשע; זעט מען פון דעם אז מען דארף מחנך זיין קינדער אפילו ווען זיי זענען נאך גאר קליין.


(עס איז וויכטיג צו וויסן, ווען מען רעדט צו קינדער פון קדושה - דארף מען רעדן מיט פייער און התלהבות, מען מוז דאס רעדן מיט א שטארקקייט, אז נישט קען זיין יצא שכרו בהפסידו, עס קען ווערן א ליצנות, השם ישמרינו).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#4 - ווי אזוי בעט מען דעם מאן ער זאל זיך האלטן זויבער?
שלום בית, רעדן, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אפאר מאל געטראכט צי איך זאל שרייבן אדער נישט, אבער איך האב געהערט ביי א שיעור פאר פרויען ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זויבערקייט, האב איך געטראכט אז אפשר דארף מען רעדן אויך צו די מענער וועגן דעם.


ווען מיין מאן קומט אהיים פון די ארבעט, האט ער א שווערע גערוך און ער איז שמוציג פון די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער שטארק. אבער ווען איך האב אים געזאגט אז ס'שטערט מיר, רופט ער זיך אן הויך, "באשעפער העלף אז עס זאל נישט שטערן פאר מיין ווייב", קען זיין ער איז גערעכט אז איך דארף פשוט בעטן דעם אייבערשטן ס'זאל מיר נישט שטערן.


איך וויל נישט באלעטעווען אויף אים, און איך שפיר אז איך בעט אים ער זאל זיך אפזויבערן און זיך צאמנעמען, וועט ער אפשר ווערן פארשעמט און באליידיגט, וואס זאל איך אבער טון אז עס שטערט מיר זייער? אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא א טעות ביי פרויען, זיי האבן מורא צו זיין אפן מיט'ן מאן; זיי ווילן נישט זאגן וואס שטערט זיי, זיי ווילן נישט וויי טון, און דאס איז גורם אז עס ווערט אפגעקילט די ליבשאפט חס ושלום.


אויב עפעס שטערט - דארף מען דאס רעדן; אז דער מאן איז א צעפלויגענער און דאס שטערט די ווייב - איז וויכטיג דאס צו זאגן, מען דארף נאר אכטונג געבן צו רעדן שיין, ווייך און הארציג, און אז דאס איז זיין נאטור, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער - זאל אים די פרוי העלפן און אינאיינעם ארבעטן אויף דעם, דאס איז די ריכטיגע וועג; ווייל אויב מען רעדט נישט, מען ווערט צוביסלעך אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן - ווערט מען נאכדעם זייער נערוועז, און איך וויל נישט זאגן וואס פאסירט.


רעדט יא צו אייער מאן, זאגט אים וואס שטערט אייך; דערציילט אים מיט חכמה פון די נעכטיגע שיעור פאר פרויען, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט מען זאל זיין ריין און זויבער, זאגט אים אז אייך שטערט עס, זאגט אים דאס אויך, אז ווען איר זאגט אים: "איך בעט דיר זיי ריין, עס שטערט מיר די גערוך וכו'" רופסטו זיך אן הויך צום אייבערשטן 'אייבערשטער העלף עס זאל נישט שטערן מיין ווייב ווי אזוי איך שמעק'"; זאגט אים אז דאס באדערט אייך זייער, עס טוט אייך וויי.


אייער מאן איז א טייערער אינגערמאן; ער כאפט נישט, ער ווייסט נישט וכו', ער האט אן אנדערע נאטור, און אז איר וועט זיין מיט אים אפן, איר וועט אים פארשטיין און אים אויפבויען - וועט ווערן אייער קשר שטערקער און שטערקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - פארוואס נאר שרייען, פארוואס נישט רעדן שיין?
שלום בית, מדות טובות, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די חיזוק און עצות.


מיין מאן ווייסט נישט בכלל אז מען קען רעדן צו מיר, ער קען נאר שרייען אויף מיר, און דער חידוש איז אז אין די זעלבע צייט וואס ער שרייט אויף מיר, און פונקט דעמאלט טרעפט ער זיינ'ס א גוטער חבר, רעדט ער צו יענעם זייער שיין, כאילו ס'איז גארנישט געווען פאר א סעקונדע צוריק, איך ווער זייער שטארק באליידיגט דערפון.


אויך ווייסט ער קיינמאל פון אזא זאך פון איבערבעטן, ער ווייסט נאר אז איך דארף שווייגן און נישט רעדן. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר אז מיינע כוחות לאזן זיך אויס מער און מער פון טאג צו טאג.


מיר זענען שוין געווען איבעראל, ביי די גרעסטע יועצים, קיינעם האט ער אבער נישט געהאלטן ביים פאלגן. איך האב טאקע אויך געהאט וואס צו פאררעכטן, און איך האב טאקע שטארק געארבעט אויף מיר זיך צו טוישן, ברוך ה' איך האב אים ליב אזוי ווי ער איז, אבער די זאך פון שרייען אויף מיר בין איך נישט מסוגל צו פארנעמען, איך דארף האבן איינעם וואס זאל רעדן צו אים שטרענג, איך קען עס מער נישט אויסהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב תחי' האט געשריבן אז זי האלט נישט אויס ווי אזוי דו רעדסט צו איר, דו רעדסט צו איר נישט שיין; זי הערט ווי דו רעדסט מיט חברים אזוי בא'טעמ'ט, אזוי זיס און צו איר רעדסטו נישט שיין.


דו ווייסט דאך, דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו', און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


בעט איך דיר זייער, רעד שיין צו דיין ווייב, געב אכטונג אויף איר כבוד, רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צו א חשוב'ן מענטש. עס איז א גרויסע סכנה אויב מען טשעפעט די ווייב און זי וויינט, מען פארלירט אלעס, מען ווערט ארעם, מען ליידט נאכדעם אסאך אין לעבן. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל, און אויב זי וויינט באקומט מען נאכדעם א שטראף.


בעט איבער דיין ווייב; הויב אן לעבן ווי ערליכע אידן לעבן, רעד צו איר שיין און ווייך.

#1 - וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס רעדט נישט געהעריג?
רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות, נסים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דארפן אן עצה און א ברכה פאר אונזער דריי יעריג קינד, ער זאל קענען רעדן געהעריג. ער קען ברוך ה' זאגן ווערטער, אבער ער קען נישט צוזאמשטעלן קיין זאצן.


מיר ווילן אים יעצט נעמען צו איינעם וואס קען העלפן קינדער מיט די פראבלעמען, און מיר דארפן א ברכה און אן עצה ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט אכטונג נישט אריינצוגיין אין א לחץ און זיכער נישט לייגן לחץ אויפ'ן קינד; צוביסליך וועט ער רעדן בעסער און בעסער, דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט האבן קיין פרעשור פון דעם.


בעטס דעם אייבערשטן אויף דעם וועט איר זען גרויסע ניסים. מיר געפונען אין די תורה, משה רבינו האט נישט געוואלט גיין צו פרעה ווייל ער האט נישט געקענט גוט רעדן, האט אים דער אייבערשטער געזאגט (שמות ד, יא): "מִי שָׂם פֶּה לָאָדָם", ווער האט באשאפן די מויל צו רעדן? "אוֹ מִי יָשׂוּם אִלֵּם אוֹ חֵרֵשׁ אוֹ פִקֵּחַ אוֹ עִוֵּר", ווער מאכט דעם מענטש שטום אדער טויב אדער בלינד? "הֲלֹא אָנֹכִי ה'", נאר איך דער אייבערשטער; אז איר וועט בעטן דעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


פארלירט אייך נישט, ברענגט אריין שמחה אין שטוב; טאנצט און שפרינגט מיט די קינדער, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.