שאלה אין קורצן ענין
#1 - זיך פירן מיט די חומרות פונעם מאן, אדער פון די עלטערן?
שלום בית, כשרות, כיבוד אב ואם, מנהגים, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געענטפערט פאר א פרוי וואס איר מאן איז מקפיד אויף געוויסע חומרות, אז ווען זיי גייען צו אירע עלטערן - וואו מען איז נישט מקפיד אויף די חומרות - זאל מען זיך פירן אזוי ווי מען פירט זיך דארט, צוליב כיבוד אב ואם, דארט איז נאר דא די חומרא פון כיבוד אב ואם.


האב איך געוואלט פרעגן אויף דעם, ווייל איך האב געוואוסט אלעמאל אז א פרוי נאך די חתונה דארף נאכגיין די מנהגים און חומרות פון איר מאן, אפילו אירע עלטערן פירן זיך אנדערש, און עס איז נישטא ביי דעם כיבוד אב ואם. וויל איך פארשטיין וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג זיך צו פירן ביי דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין עלטערן, סיי די אייגענע עלטערן און סיי די שווער און שוויגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער גרויס, ווייל מיר געפינען, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין אים אליינס.


זייער גוט זיך צו מאכן גדרים וסייגים וואס מען עסט, וועלכע הכשר און אזוי ווייטער, אבער ווען מען גייט צו די עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי, און ווען מען גייט צו די ווייב'ס עלטערן - פירט מען זיך אזוי ווי זיי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תוספתא ברכות ב, כב): "הלל הזקן אומר אל תראה ערום, אל תראה לבוש, אל תראה עומד, אל תראה יושב, אל תראה שוחק, אל תראה בוכה"; מען זאל נישט זיין אנדערש וואו מען געפינט זיך.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו וואס זיי האבן געהאט חומרות, זיי האבן אכטונג געגעבן אויף נישט עסן פלייש, און מוהרא"ש האט זיי געזאגט, ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי עסן וואס מען לייגט זיי אין טעלער, (פארשטייט זיך ערליכע עלטערן וואס עסן מיט ערליכע הכשרים).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.