שאלה אין קורצן ענין
#1 - זינגען אדער זאגן זמירות?
מלוה מלכה, תמימות, זמירות שבת, פשטות, מוצאי שבת קודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי איך עס מלוה מלכה געווענליך שפעט ביינאכט מוצאי שבת, זאג איך אפ די זמירות אן א ניגון, סתם איך זאג די ווערטער, אזוי טו איך שוין יארן יארן זייט מיין חתונה.


איך האב זיך געכאפט אז אפשר טו איך נישט ריכטיג, ווייל דער הייליגער רבי זאגט אז זמירות איז אן עיקר אין אידישקיט, וויל איך פרעגן אויב דאס מיינט מען מיט א ניגון, אדער איז גענוג סתם צו זאגן די ווערטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט זייער מקפיד געווען צו זינגען זמירות סיי פון שבת און סיי פון מוצאי שבת, ווייל זמירות איז אן עיקר אין אידישקייט, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; און רבי נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (שם, סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה און אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד, "וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה, כָּל יָמָיו הָיָה מְזַמֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת", דער רבי פלעגט זינגען זיין גאנץ לעבן זייער אסאך זמירות יעדן שבת און יעדן מוצאי שבת.


ענדערש זאלסטו עסן מלוה מלכה גלייך נאך הבדלה, נאך הבדלה און נאך ויתן לך זאלסטו זיך וואשן אויף א כזית חלה און זינגען אלע זמירות, ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער ווערט מען מיד און עס קומט אויס אז מען גייט שלאפן אן מלוה מלכה און אן זינגען די זמירות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.