שאלה אין קורצן ענין
#1 - זיצן ביים סדר נאכט אליין מיט מיין ווייב?
פסח, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דאס יאר ביים סדר נאכט ווען מיר זיין אליין, נאר איך מיט מיין ווייב. מיינע קינדער וועלן זיין ביי זייער מאמע, און די קינדער פון מיין ווייב וועלן זיין ביי זייער טאטע.


עס איז זייער נישט געשמאק און אויך אביסל טרויעריג, ווי אזוי רעכט מען אפ א סדר נאכט נאר צוויי מענטשן אליין? אפשר לוינט זיך צו נעמען געסט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיין איין איד זיצט נישט פסח ביינאכט אליין, מען זיצט מיט אלע מלאכים און מיטן אייבערשטן, אוי ווי שיין, אוי ווי זיס דאס איז...


עס שטייט אין הייליגן זוהר (פרשת בא, דף מ:), פסח ביינאכט קומט דער אייבערשטער כביכול מיט אלע מלאכים צו אלע שטיבער, און זיי האלטן מיט די סדר נאכט ווי מען דערציילט די ניסים פון יציאת מצרים.


פסח ביינאכט איז זייער א הייליגע צייט. צדיקים זאגן א טעם, פארוואס רופט מען אן פסח ביינאכט די 'סדר נאכט'? ווייל עס קומט אראפ א הייליגקייט פון הימל און עס בלייבט אויפן גאנצן יאר, און ווי אזוי מען פירט זיך פסח ביינאכט - אזוי וועט זיין די יאר; דערפאר דארף מען זיין זייער פרייליך און זיך זייער היטן פון עצבות ומרה שחורה און מחלוקת.


ביי ברסלב'ער חסידים פירט מען זיך צו זאגן די הגדה הויך אויפן קול, מיט א שטארקע בענקעניש, און א שטארקע גליסטעניש צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רא), אז פסח שרייט מען ביים דאווענען און ביי די הגדה, אזוי באקומט מען מוחין צו וויסן און גלייבן אז דער איבערשטער איז דא.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נאכאמאל חתונה געהאט, און דו האסט קינדער און זי האט קינדער, און אז זיי זענען יום טוב ביי זייערע עלטערן - זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.