תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיר זענען א קבוצה פון 15 עלטערע בחורים אין א ישיבה אין ארץ ישראל, מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיר פרובירן צו פאלגן און צו גיין די הייליגע וועגן פון רבי'ן, צו לערנען און צו דאווענען און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.
מיר וואלטן זייער געוואלט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז שרייבן א בריוו פון חיזוק, אונז צו שטארקן ווייטער אנצוגיין צו דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.
מיר ווייסן אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זייער פארנומען, ס'וואלט אונז אבער געווען א גרויסע זכיה אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אראפנעמען פון די טייערע צייט און צוריק שרייבן אפאר ווערטער.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד די חשוב'ע בחורים תלמידי ישיבת ... נרם יאיר
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואויל איז ענק אז איר זענט זיך מחי' מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען פאלגט דער הייליגן רבי'ן.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל, יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסע צדיק, זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.
זייט ממשיך צו לערנען ווייטער אייערע שיעורים - יעדער איינער לפי מדריגתו; געוואוינט אייך צו צו מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך, יעדן טאג אביסל שנים מקרא ואחד תרגום. דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.
אויך זאלט איר לערנען - יעדער פון אייך – משניות; אפילו איר פארשטייט נישט וואס איר לערנט זאלט איר זאגן די ווערטער פון משניות. בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית האט שוין נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דער מח ווערט אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן רחמנא לצלן, דעריבער זאלט איר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, בפרט פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.
משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.
איר ווייסט דאך אז מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג"; דערפאר זאלט איר וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו וועט איר אלע טרעפן בקרוב אייער שידוך.
איך ווארט איר זאלט מיר מודיע זיין איטליכער פון אייך אז איר האט געטראפן אייער שידוך.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.