תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
יישר כח פאר די הערליכע וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", איך ליין עס דורך פון אנפאנג ביז'ן סוף יעדע וואך באזונדער, איינמאל מ'הייבט אן קען מען עס נישט אראפלייגן, די בריוון זענען אזוי שיין.
איין בריוו האט מיך זייער איבערגענומען די וואך, די בריוו מיט'ן קעפל "די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב", ווייל איך האב אויך זייער אסאך מאל וואס איין מינוט טראכט איך אז מיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידעלע לבוש, און איין מינוט טראכט איך 'וואס פעלט עס אויס?' די בריוו האט ממש אריינגעשניטן אין מיר, ס'איז אזוי שיין געשריבן, אזוי הארציג, איך האב עכט געפילט ווי די בריוו איז געשריבן צו מיר פערזענליך.
נאכדעם די תפלה איז אזוי שיין, איך האב עס איבערגעזאגט מן הסתם צען מאל. און ביים סוף, די לעצטע שורה פון דעם בריוו: "העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר", די בריוו האט מיך צושניטן, איך האב עס איבערגעליינט אפאר מאל. יישר כח נאכאמאל פאר אלע בריוון.
שכח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר אונז.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע ווייב, אן אשה כשרה; נישטא אין די וועלט עפעס בעסערס פארן מענטש, פאר זיינע דורות - ווי אן איידעלע ווייב און אן איידעלע מאמע פאר די קינדער. איידלקייט איז די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער.
זיי נישט מקנא די אלע וואס זייערע שטיבער זענען נישט איידל אוועק געשטעלט, עס איז דארט גארנישט דא; נישטא קיין שמחה, נישטא קיין ווייב, נישטא קיין מאמע, נישטא גארנישט. דו ווייסט נישט אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט, צו מיר קומען צענדליגער און הונדערטער אינגעלייט וויינען אז זיי האבן גארנישט, זיי זאגן: "אלע זענען אונז מקנא, די בילד זעט אויס גוט, אבער מיר האבן נישט גארנישט", און דיקא די איידעלע שטיבער, די וואס לעבן באשיידן און פשוט, די ווייבער זענען געטריי פארן מאן און פאר די קינדער, די לעבן אינאיינעם; ווי פשוט'ער - אלץ איז מען מער געטריי, מען טוט רצון בעלה.
היט דיינע אויגן - וועט דיר גוט זיין; נאר אז מען היט די אויגן - האט מען שלום בית, נאר אז מען היט די אויגן, מען קוקט נישט אויף קיינעם - שפירט מען די גליק אין שטוב, און אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן - ווערט אויס שלום אין שטוב, די ליבשאפט גייט אוועק, מען הויבט אן מיט דמיונות, מען פארלירט די שמחה, די גליקליכקייט פון לעבן.
מאך זיך שיעורים אין גמרא, אין משניות און אין כל חלקי התורה, דאס וועט דיך גליקליך מאכן. תורה מאכט רואיג און צופרידן, נאר דער וואס לערנט - איז גליקליך און צופרידן. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט קריגן, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס קריגן"; די וועלט נארט, און ווען מען מיינט מען האט דאס שוין - זעט מען אז מען האט גארנישט, מען לויפט נאך די וועלט אבער נישטא וואס צו דערגרייכן. אז מען לערנט און מען דאווענט - ווערט מען זאט, מען ווערט פרייליך, מען איז גליקליך און צופרידן.
אויך זאלסטו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, גיס אויס דיין הארץ, דערצייל אים אלע דיינע מעשים, דיבורים און מחשבות, דערצייל אים ווי עס קאכט אין דיר און עס פלאקערט אין דיר א פייער פון דמיונות, און בעט אים: "רבונו של עולם איך וויל זיין פארקאכט פאר דיר, איך וויל פלאקערן פאר דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, לעבן מיט דיר און ברענען צו דיר".
דורך אסאך תורה און תפילה והתבודדות - וועט זיך אויסלעשן די נישט גוטע פייער און עס וועט זיך אנצינדן א פייער פון קדושה וטהרה.
נאכאמאל, דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין איידעלע ערליכע שטוב און געב דיין ווייב גוטע ווערטער, שעץ איר איידלקייט, ווייל אן איידעלע באשיידענע פרוי איז די שענסטע זאך וואס איז דא אויף די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.