בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב
צניעות, קנאה, סדר דרך הלימוד, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דאס וואס עס קאכט אין דיר וכו', דו ווילסט איין מינוט דיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידלע לבוש וכו', און איין מינוט טראכסטו 'וואס פעלט עס אויס?' און נאכדעם ווייטער הויבט אן קאכן א פייער אין דיר, דיין ווייב זאל גיין אזוי און אזוי, ביז דו שפירסט ווי עפעס שלעכט איז מיט דיר, דו פרעגסט וואס איז דאס?


וויסן זאלסטו, די געפיל איז דא ביי אסאך; אסאך אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה האבן די זאך, עס קאכט א פייער, זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן; מען ווייסט נישט די מעלה פון איידלקייט, מען מיינט עפעס פעלט אין לעבן און מען טראכט די ווייב איז די פראבלעם, זי גייט צו פשוט וכו' וכו'.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עס קאכט אין מיר א פייער, איך ווייס נישט וואס מיט מיר איז, העלף מיר איך זאל ליב האבן איידלקייט, איך זאל ליב האבן צניעות, פארוואס ברענט אין מיר א נישט גוטע פייער? העלף מיר איך זאל קאכן און ברענען צו דיר אייבערשטער, איך וויל זיין פרייליך מיט דיר, און ליב האבן איידלקייט.


הייליגער באשעפער וואס איז דאס מיט מיר אז איך ווער אזוי פארברענט? איך וויל נאר מיין ווייב זאל זיין אנדערש, יעדן טאג וויל איך עפעס אנדערש; איך טראכט אז עפעס פעלט מיר און עפעס בעסערס איז דא ביי אנדערע, העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר". אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן טאג און נאכט ביז דו וועסט אויסארבעטן די בלוט, דו וועסט שוין אנהויבן איינזען דאס שיינקייט פון איידלקייט.


טייערער ברודער, ביסט דאך א פארשטענדליכער אינגערמאן, ביסט א בר דעת, זאלסטו זיך בארעכענען; טראכט אריין וואס פאר א נס דו האסט, אז דיין ווייב לעבט מיט דיר וכו', זי גרויסט זיך נישט אויף דיר וכו', דארפסטו נישט מער; ליידער זענען היינט דא אזויפיל אינגעלייט וואס די ווייב איז א מורדת, עס איז נישטא דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "דַּיֵּינוּ שֶׁמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", אז די ווייב היט פון עבירות; קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, זיי לעבן נישט אינאיינעם, און מענטשן זענען מקנא, ווייל מען זעט דאס נישט פון אינדרויסן. אינדרויסן דאכט זיך אז זיי האבן א מעכטיגע שלום בית, זיי זענען גליקליך, זיי גייען אנגעטון אויסגעפיצט וכו', ווען על פי תורה קומט זיך נישט קיין כתובה פאר די ווייב פארן זיך אפשיידן השם ישמרינו; איז וואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע, ווי אזוי אנדערע גייען אנגעטון? דו האסט אן אשת חיל, א מתנה פון הימל, זי לעבט מיט דיר - דארפסטו איר מכבד זיין און איר שעצן.


נאך אפאר יאר ווען די נישט גוטע פייער לעשט זיך אויס, הויבט מען אן זען דאס שיינקייט און דאס טייערקייט פון אן איידעלע שטוב, פון אן איידעלע פרוי, א ווייב וואס ווייסט נישט פון די וועלט, איר קאפ ליגט אין שטוב, זי טוט די שטוב ווירטשאפט, זי איז גרייט פאר איר מאן, זי איז א מאמע פאר די קינדער; מען הויבט אן קוקן אויף די לעבן ריכטיג.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זיץ אין שטוב מיט א הויפן ספרים; א חומש, משניות, גמרא, מדרשים און ספרי רבינו. שפאציר אין די תורה אזוי ווי מען שפאצירט אין א שיינע גארטן, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב איידל און באשיידן - וועסטו שוין גארנישט דארפן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


ליין די בריוו כמה פעמים און זיי מקיים וואס שטייט דא, וועסטו שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.