תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט כסדר.
איך בין א בחור פון ארץ ישראל, און איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן צום צווייטן מאל ששה סדרי משנה, און איך האב יעצט געענדיגט צום ערשטן מאל מעביר סדרה צו זיין סדר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום. און איך וויל אייך זייער שטארק באדאנקען פאר דעם.
ביטע נישט מפרסם זיין מיין גאנצע נאמען, נאר שלמה
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד שלמה נרו יאיר.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט שוין מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לימוד משניות; מוהרא"ש זאגט: "ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס משניות טוט מיט'ן מענטש וואלטן אלע עוסק געווען אין דעם בהתמדה רבה"; דאס רייניגט דעם מענטש, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל זאגט (עיין באר היטב, אינעם ערשטן סימן אין שולחן ערוך, הלכות השכמת הבוקר, סעיף קטן ו): "וְשִׁיעוּר מִשְׁנַיוֹת קוֹדֶם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, כִּי 'מִשְׁנֶה' אוֹתִיוֹת 'נְשָׁמָה'", ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל די ערשטע שיעור זיין אין משניות, ווייל דורך משניות איז מען זוכה צו א ריינע נשמה.
משניות וואשט אפ די נשמה פונעם מענטש פון אלע פלעקן; עס איז נישט דא נאך אזא שטארקע טהרה פאר'ן מענטש ווי לימוד משניות, דער גאנצער מענטש ווערט געטוישט צום גוטן, און במשך הזמן באקומט מען א קלאר'ן קאפ.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים"; איז וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן און דו לערנסט משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלע זינד און דיר ברענגען צו די גרעסטע מדריגות.
אזוי אויך זאלסטו ווייטער לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. דער מחבר פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) אז דער גר"א זכר צדיק לברכה, האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.
אויך זאלסטו צולייגן א שיעור אין גמרא; זאלסט יעדן טאג לערנען לכל הפחות איין בלאט גמרא. אויף מער איז נישט דא קיין שיעור, אבער נישט ווייניגער פון א בלאט. דער חיד"א ברענגט אראפ אין ספר שם הגדולים (מערכת ספרים, אות ת) פון הגאון מוה"ר רבי שעפטל, א זון פון דעם הייליגן של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין.
אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דארף נאר לערנען – זאגן די ווערטער, 'וּמִמֵּילָא יָבִין' און מען וועט שוין סיי ווי פארשטיין; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה אז דער קאפ עפנט זיך אויף און במשך הזמן הייבט מען אן צו פארשטיין. איך האב דאס געזען ביי אסאך בחורים און יונגעלייט וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.