תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מיידל וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און דרשות, איך בין אבער זייער דערפרעסט און אנידערגעשלאגן. מיין טאטע שרייט זייער אסאך אין שטוב, אן קיין שום סיבה, און איך בין אייביג די כפרה וואס דארף ליידן, איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך שפיר נישט קיין טעם צו גיין אין שולע, און איך קען זיך מער נישט דערהאלטן.
אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס חיזוק פאר מיר, און אפשר אויך א תפלה אויף אידיש זיך צו קענען שטארקן?
א גרויסן יישר כח אויף אלעס, ספעציעל פאר די אידישע ניגונים וואס זענען הערליך שיין און זענען מיר זייער מחזק. איך האב יעצט געענדיגט זאגן גאנץ תהלים צום דריטן מאל אין לעבן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען, אלעס קומט פון נישט זיין פרייליך; ווען מען איז פרייליך פאלט אלעס אוועק. מוהרא"ש זאגט: "שמחה איז עולם החירות", דער מענטש וואס איז בשמחה - דער לעבט אין א פרייע וועלט, ער שפארט איין אלע פראבלעמען און עגמת נפש.
אז איר וועט ארבעטן אויף צו זיין פרייליך, איר וועט זוכן דאס גוטס וואס איר האט - וועט איר שוין נישט האבן קיין ווייטאג פון די עלטערן, איר וועט נישט האבן קיין פראבלעמען מיט שולע. אלע ווייטאג וועט פארשווינדן ווערן.
די פראגע איז נאר: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך; ווי אזוי פארטרייבט מען די עצבות און מרה שחורה?' דער רבי האט אסאך וועגן ווי אזוי מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות און ווערן פרייליך.
די ערשטע עצה איז אויפזוכן גוטע זאכן אין זיך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.
די צווייטע עצה איז תפילה, בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל זיין פרייליך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵּל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.
מוהרא"ש זאגט, די ערשטע זאך זאל מען בעטן אויף: "שמחה"; איינמאל מען איז פרייליך פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות. ווען מען איז פרייליך האט מען נישט קיין פראבלעמען, דער פרייליכער מענטש האט נישט קיין שלעכטס, ער האט נאר גוטס, ווידעראום חס ושלום ווען א מענטש איז טרויעריג, בעצבות ומרה שחורה, האט מען גארנישט.
דא האט איר א קליינע תפילה; הייבט אן מיט די תפילה און לייגט אריין אייערע אייגענע ווערטער, רעדט אייך אויס צום אייבערשטן וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ:
"רבונו של עולם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין זייער דערביטערט און זייער צעדרוקט; מיין גאנצע לעבן איז מיר טונקל, איך האב מיט יעדן איינעם אן אנדערע פרשה, איך האב צוטון מיט מיין טאטע, איך האב נישט קיין שום טעם אין לעבן, עס איז מיר פינסטער און טונקל.
רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען דאס גוטס וואס איך האב; דו ביסט דאך אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר לעבן, דו געבסט מיר אזויפיל גוטע זאכן. איך בין געזונט, איך זע, איך הער און איך שמעק, איך קען רעדן און עסן, איך גיי און קום, איך קען זיך באוועגן. וויפיל איך וויל נאר פרובירן אויסרעכענען דאס גוטס - וועל איך נישט קענען, מיט דעם אלעם בין איך אזוי דערשלאגן, איך זע נאר דאס שלעכטס, איך זע נישט דאס גוטס; הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען ווי גוט דו ביסט צו מיר, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.
רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל אנהייבן זען און פארשטיין אז דו ביסט אלעס און דו טוסט אלעס, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, איך זאל וויסן אז די גאנצע וועלט איז נאר א לבוש פון דיר; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס ביסטו אליינס. מיין טאטע, מיין מאמע, מיין שולע און מיין משפחה - אלעס ביסטו, אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר קומט פון דיר, דו ווילסט מיר ברענגען נענטער צו דיר.
איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך; העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן פאר דיינעט וועגן, העלף מיר בזכות די אבות הקדושים - אברהם, יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה, רבקה, רחל און לאה, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, בזכות זיין תלמיד רבי נתן זכותו יגן עלינו און בזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אמן".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.