שאלה אין קורצן ענין
#1 - כ'האב שוין אלעס געטון, פארוואס האב איך נאכאלץ נישט געטראפן מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, שמחה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 24 יאר, איך בין געוואויר געווארן פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד ביי די 16 יאר, זייט דעמאלט איז נאכנישט דורך א וואך וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען, און אויסער דעם האב איך געלערנט אסאך אנדערע לימודים, איך האלט שוין ביים ענדיגן אי"ה די 92'סטע מאל ששה סדרי משנה, איך האב שוין געענדיגט מדרש רבה, תנחומא, ספרא, ספרי, מכילתא, ספרי זוטא, און איך האב שוין געלערנט צוויי מאל ד' חלקי שלחן ערוך און תוספתא. און אין די לעצטע פאר יאר האב איך ב"ה זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה.


מיין גאנצער חיות וואס האלט מיר פריש איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויך האלט איך מיט יעדן טאג די גמרא שיעור פונעם ראש ישיבה. א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


און יעצט צום ענין, איך וויל שוין חתונה האבן, שוין זייט די 17 יאר זאג איך יעדן טאג די תפלות פון ספר "מציאת הזווג", איך האב שוין אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות אויף מיר און מיר שיקן מיין שידוך, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס. איך ווער עלטער און עלטער, און איך הויב שוין אן מורא צו האבן אז איך וועל שוין קיינמאל נישט חתונה האבן.



אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק און אן עצה וואס איך דארף צו טון.


חיים


תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה; עס איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אז דו גייסט יעצט מסיים זיין די צוויי און ניינציגסטער מאל ששה סדרי משנה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען א מענטש לערנט משניות; משניות טוישט דעם מענטש צו זיין ערליך. אזוי אויך איז "מִשְׁנָה" די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע און פון אלע שלעכטס, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן.


איך בעט דיר זייער טייערער חיים נרו יאיר, שטארק דיר און האב בטחון אינעם אייבערשטן. מיר דארפן אויסווארטן אויף אונזער ישועה און מען טאר זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום. מיר דארפן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א מורא'דיגער פונקטליכקייט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס. דער אייבערשטער מאכט שידוכים און נאר צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה און מיר דארפן אויסווארטן ביז די ישועה קומט אן.


אסאך מאל פרעגן בחורים: "פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, בשעת אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט וכו'"; וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין נייע זאך, מיר געפונען דאס שוין ביי יוסף הצדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט פרעגן: 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך ווען אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', נאר וואס האט יוסף הצדיק געטון? ער האט זיך מחזק געווען. אפילו ער האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות; מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' -  זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; נאר דערהאלט זיך און לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן. די שלעכטע מחשבה וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טראכסט: 'איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן' - דאס טראכטן אלע בחורים. דאס איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווי אזוי ער צוקלאפט א בחור אדער א מיידל; ער מאכט זיי טראכטן שלעכטע מחשבות: 'איך וועל קיינמאל נישט טרעפן א שידוך', 'קיינער וועט מיר נישט וועלן', 'איך וועל בלייבן אליינס'.


דער יצר הרע ברענגט אריין די אלע שלעכטע מחשבות אין בחורים ווייל ביי אים איז א שמחה ווען א בחור ווערט בעצבות. דער נביא ירמיהו קלאגט (איכה א, טו): "קָרָא עָלַי מוֹעֵד לִשְׁבֹּר בַּחוּרָי", די ראשי תיבות פון די ווערטער איז עמל"ק און בלע"ם; ביי זיי איז א גאנצער יום טוב ווען נאך א בחור איז צובראכן. ווייל ווען א מענטש איז בעצבות איז ער מער נישט בעל הבית אויף זיך, דעמאלט האט דער ס"ם א גוטער געלעגנהייט אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


זע צו גיין אנגעטון שיין צוזאמגענומען; בדרך כלל ווען א בחור ווערט עלטער הייבט ער זיך אן נאכצולאזן וכו'. בעט איך דיר זייער, געב אכטונג אויף דיר און זע אנצוטון פרישע קליידער יעדן טאג. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די קליידער; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "אויב מען גייט מיט צעריסענע און שמוציגע קליידער זענען די קליידער תובע דעם מענטש 'פארוואס האסטו נישט אכטונג געגעבן אויף אונז?'" דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין מיט זויבערע קליידער, מען טאר נישט גיין מיט קליידער מער ווי איין טאג. אויך זאלסטו גיין אין שויער יעדן טאג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ"; זאלסט זיך נישט נאכלאזן און זאלסט גיין צוזאמגענומען דיין בארד און פיאות וכו'.


אויב דו וועסט זיך האלטן פריש וכו' און דו וועסט ארום גיין מיט א שמייכל וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך; דו וועסט בקרוב חתונה האבן און מגדל זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.