תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אזוי ווי מ'פירט זיך אין ברסלב צו קויפן פאר'ן בר מצוה בחור צוויי פאר תפלין, סיי רש"י און סיי רבינו תם, וויל איך וויסן וואס צו טון אז איך האב נישט קיין געלט אפילו צו קויפן רש"י תפלין פאר מיין בחור, זאל איך גיין בארגן געלט אים צו קענען קויפן אויך רבינו תם?
אויך וויל איך פרעגן אן עצה וואס צו טון וועגן מיין מאמע, זי איז זייער ברוגז אז איך בין געגאנגען אויף ברסלב און איבערגעלאזט מיין פריערדיגע חסידות, און סיי וועלכע זאך איך טו וואס שמעקט פון ברסלב, רעגט איר זייער אויף, למשל ווען איך האב געגעבן א נאמען פייגא נאכ'ן רבינ'ס מאמע, און אויך אז איך וויל קויפן צוויי פאר תפלין פאר מיין בר מצוה בחור.
איך הער אסאך אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחזק מיט דעם, בפרט אין אמונה און בטחון אויף וואס איך דארף אסאך חיזוק.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז עס זענען דא פוסקים (עיין בספר שלחן הטהור סימן לד, סעיף א) וואס האלטן אז אויב מען לייגט נישט קיין תפילין דרבינו תם גייט מען אריין אין כלל פון 'קרקפתא דלא מנח תפילין'; בפרט אז דו שרייבסט אז דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן און דער הייליגער רבי האט געזאגט אז גלייך ווען מען הייבט אן לייגן תפילין ביי די 'בר מצוה' זאל מען אנטון צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו אין אלע דורות (עיין בספר פעולת הצדיק אות ס"ד). ממילא איז דאך בכלל נישט קיין שאלה צי דו זאלסט קויפן פאר דיין זון צוויי פאר תפילין.
עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה' אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן, און קוק אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע אמת'ע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילן זיך צו קענען קריגן מיט אים; קוק נאך אינעווייניג די גאנצע אות וועסטו זען דאס גרויסקייט פון תפילין דרבינו תם.
בנוגע דיין מאמע וכו'; די גרעסטע כיבוד אב ואם וואס דו קענסט טון איז אז דו זאלסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; אויך זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב און אויפציען ערליכע קינדער - דאס איז כיבוד אב ואם.
דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
זיי א ביישפיל פון א ברסלב'ער חסיד; דו טראגסט אויף דיר א גרויסע אחריות, דו טראגסט אויף דיר דעם רבינ'ס נאמען און מענטשן קוקן אויף דיר ווי אזוי דו פירסט זיך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.