תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, איך בין ממש צוגעבינדען צו די שיעורים, און איך בין זיך מחיה מיט זיי.
איך בין א אינגערמאן מיט א ווייב און קינדער ב"ה, איך האב א שיינע פרנסה און איך לערן א האלבן טאג. צו מיין ארבעט האב איך א סמארטפאון מיט זייער א גוטע פילטער פון מיין קהלה, עס האט נישט קיין גוגל, ווידיא, סאושעל מידיא, וואטסאפ גראפס, און אזוי ווייטער, נאר די וויכטיגע אפליקאציעס וואס איך דארף האבן פאר די ארבעט, און איך נוץ עס טאקע נאר פאר די ארבעט און נישט פאר נארישקייטן און ליידיג גיין.
לעצטנס האבן מיר אבער מענטשן אנגעהויבן צו זאגן אז אפילו איך האב א גוטע פילטער און איך נוץ עס נאר פאר נויטיג, איז עס אבער נאכאלץ נישט גוט פאר די קינדער, ווייל זיי קענען נישט מבחין זיין וואס ס'איז יא וויכטיג און וואס נישט, וואס איז יא כשר און וואס נישט, און ביי זיי בלייבט אין קאפ אז דער טאטע האט א סמארטפאון און דאס וועלן זיי וועלן נאכמאכן.
מיר איז שווער אויפצוגעבן דעם סמארטפאון וואס איך נוץ פאר די ארבעט, און אויך דארף איך האבן קשר מיט מענטשן פון חוץ לארץ פאר די ארבעט און דאס איז שווער צו טון בלויז מיט'ן רעדן אויפ'ן טעלעפאן. איך מיין אז ווען א טאטע איז מתפלל פאר זיך און פאר די קינדער, ער האט נאר געפילטערטע סמארטפאון פאר די ארבעט, און אויף צום רעדן האט ער א באזונדערע פשוטע טעלעפאן, הייסט דאס שוין אז ער האט געטון גענוג גוט וואס ער דארף צו טון, און ער דארף נישט זיין אזוי באזארגט.
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען זאגן וואס ס'איז דער דרך התורה ביי דעם.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
טאטע מאמע וואס ווילן זען נחת פון זייערע קינדער דארפן פארגיסן אסאך טרערן צום אייבערשטן אויף דעם.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים אינעם בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטוהן די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.
וויסן זאלסטו אז מיר האבן אין אונזער דור א צרה וואס רופט זיך: "אינטערנעט"; דאס האט שוין חרוב געמאכט זייער אסאך אידישע שטובער. דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין עבירות און פארלירן די אמונה און יראת שמים רחמנא לצלן. א איד טאר נישט האבן ביי זיך אין שטוב א קאמפיוטער אדער סיי וואסערע כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין צום אינטערנעט, ווייל ביים סוף וועט מען אלעס פארלירן וכו'.
וואס זאל איך דיר זאגן, דער ס"מ האט זיך געטראפן א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען אראפ ווארפן אידישע קינדער, בחורים און מיידליך, גרינגערהייט; אנשטאט דארפן ארבעטן טאג און נאכט זיי צו שלעפן אויף נישט גוטע פלעצער, האט ער היינט א גרינגע וועג, דער בחור קויפט זיך א סמארטפאון אדער א טעבלעט וכדומה לזה, דארף ער שוין נישט גיין אין ערגעץ. ער זיצט ביי זיך באהאלטן און קוקט דארט אפ אלע שמוץ וואס איז דא אויף דער וועלט רחמנא לצלן.
דאס וואס מענטשן זאגן דיר אז קינדער זעהן ווי דער טאטע פירט זיך און אזוי וועלן זיי אויך טון, דאס איז דער פאקטישער מציאות. אזוי זאגן די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע שפילט זיך טאג און נאכט מיט זיין טעלעפאן, וועלן די קינדער זיך קויפן שטילערהייט א טעלעפאן און זיין פארנומען דערמיט טאג און נאכט. אזוי אויך, קינדער וואס זעהן ווי דער טאטע לערנט און דאווענט וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן.
דו שרייבסט אז דו דארפסט דאס פאר דיין ארבעט; וויסן זאלסטו אז נאך די צייט פון די ארבעט, ווען דו גייסט אהיים צו דיין שטוב דארפסטו פארמאכן וכו' און זיין פארנומען מיט דיין ווייב און קינדער. א מענטש וואס וויל נחת זען פון זיינע קינדער דארף אכטונג געבן נישט אריין צו ברענגען אין שטוב זיין קאמפיוטער; סמארטפאון וכו'; ארבעט איז ארבעט, אבער ווען מען איז אין שטוב דעמאלט נוצט מען נישט די אלע זאכן.
איך האף אז דו וועסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון; דאס וועט זיין די גרעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, ווייל זיי וועלן זען ווי זייער טאטע איז ערליך, ער דאווענט און לערנט און נוצט זיין טעלעפאן נאר פאר זיין ארבעט וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.