תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב א שאלה אין שלום בית, און איך וויל וויסן אויב איך טו ריכטיג. איך בין אויפגעוואקסן מיט געוויסע זאכן וואס מען איז געווען זייער שטרענג ביי דעם, און מיין מאן איז נישט אזוי מקפיד אויף דעם, און איך ווייס נישט אויב איך האנדל דאס אויפ'ן ריכטיגן וועג.
צום ביישפיל, איך ווייס אז א קינד גייט אייביג און אלעמאל מיט'ן קאפל אויפ'ן קאפ, און ווען מיין מאן באדט די קינדער איז ער נישט אזוי מקפיד אנצוטון גלייך דעם קאפל די ערשטע זאך, אויך ביים אנטון די קינדער נאכט קליידער קענען זיי זיך דעמאלט ארומדרייען אן א קאפל. איך האב פרובירט עס איבערצושמועסן איינמאל מיט מיין מאן שיינערהייט, עס האט אבער נישט געהאלפן, האב איך אנגעהויבן זאגן פאר די קינדער אליין אז מען מוז אלץ האבן דעם קאפל אויפ'ן קאפ, זיי זאגן מיר אבער אז טאטי זאגט אז מען דארף נישט.
איך האב באשלאסן אז איך גיי מער נישט רעדן וועגן דעם, איך טראכט אז כדי די קינדער זאלן קענען אויפוואקסן נארמאל און ערליך, מוז זיין שלום בית אינדערהיים, האב איך אויפגעהערט רעדן וועגן דעם.
איין טאג נאכ'ן באדן די קינדער, זע איך ווי די קינדער טאנצן ארום אן די וועש, איך האב פארשטאנען אז מיין מאן האלט נישט אז עס איז א פראבלעם, האב איך שוין גארנישט געוואלט זיי זאגן וועגן דעם, איך זע אז עס העלפט סיי ווי נישט, ווייל מיין מאן איז נישט מיט מיר אין איין מיינונג איבער דעם, און איך וויל נישט די קינדער זאלן ווערן צעמישט צווישן טאטי און מאמי, אז מאמי איז די פרומע.
איך האב נישט קיין טענות אויף מיין מאן, איך טו אויך זאכן וואס ער גלייכט נישט, איך וויל נאר וויסן וואס איז ריכטיג צו טון אין אזעלכע פעלער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען איר זענט מחנך די קינדער און זיי זאגן אייך אז טאטי זאגט מען דארף נישט, טאטי לאזט - זאלט נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט זיי, זאגט זיי ווייטער וואס איז ריכטיג, זאגט זיי: "דו ביסט א וואוילע זיסע קינד, און טו וואס מאמע זאגט דיר".
דאס איז קלאר אז מען טאר קיינמאל נישט זאגן פאר קינדער: "טאטע קען נישט קיין הלכות, טאטע איז אן עם הארץ, טאטע אינטערעסירט נישט די חינוך", (אפילו ווען עס איז באמת אזוי), דאס איז די ערגסטע זאך, נאר ווייטער זאגן וואס איז ריכטיג, און אז מען דארף פאלגן וואס א מאמע זאגט.
דאס איז די וועג ביי קינדער ווען מען איז זיי מחנך, זיי זוכן זיך תירוצים נישט צו דארפן טון וואס מען הייסט זיי, למשל ווען דער מנהל זאגט זיי עפעס צו טון, וועלן זיי זאגן 'דער מלמד לאזט יא', און ווען דער מלמד זאגט עפעס צו טון, זאגן זיי 'דער מנהל האט געזאגט מען מעג', און אז דער מנהל און דער מלמד זענען נישט שטארק מיט זיך און מיט וואס זיי זאגן, פאלן זיי פאר די קינדער; די זעלבע זאך איז אין שטוב, פאר די טאטע זאגט מען: "מאמי לאזט!" און פאר די מאמע זאגט מען: "טאטי לאזט!"
עלטערן דארפן וויסן, ווען קינדער ווילן עפעס פועל'ן, זיי ווילן גיין ערגעץ, גייען זיי פרעגן איינע פון די עלטערן, למשל די מאמע, און אז די מאמע זאגט: "פרעג טאטי" - וועלן זיי קומען פרעגן מיט א חכמה, זיי וועלן נישט קומען מיטן אמת, זיי וועלן זאגן: "מאמי זאגט אז זי לאזט, אבער זי וויל מען זאל אויך פרעגן טאטי", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל די מאמע האט בסך בכל געזאגט "פרעג טאטי"; איז דער טאטע א שטארקער, א קלוגער זאגט ער זיין מיינונג וואס איז ריכטיג; איז ער מיד, אדער שוואך, זאגט ער: "אהה מאמי לאזט, איך לאז אויך"; לויפן זיי צוריק צום מאמען זאגן אז טאטע האט גאר געהייסן מען גייט גיין וכו'.
זייט ווייטער מחנך אייערע קינדער זיי זאלן זיין איידל, זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, און ווען זיי זאגן אייך אבער טאטע אהער און טאטי אהין - קענט איר זיי געבן א שמייכל און ווייטער פארלאנגען וואס איז ריכטיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.