תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אין פרשת כי תבוא זאגט רש''י, "אשר יהיה בימים ההם. אין לך אלא כהן שבימיך, כמו שהוא". זעט מען פון דעם אז מ'דארף גיין צו א לעבעדיגן רבי'ן פון יענעם דור; אויב אזוי פארשטיי איך נישט פארוואס די ברסלב'ע חסידים פארן קיין אומאן צו זייער רבי וואס לעבט שוין נישט איבער 200 יאר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? וואס איז די סתירה?! גיין צו מקומות הקדושים איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים, סימן רחצ): "אין לך אלא כהן שבימיך".
עס זעט אויס פון דיין בריוו ווי דו זוכסט צו טשעפען ברסלב'ער חסידים, כאילו ברסלב'ער חסידים האבן נישט קיין רבנים און דיינים; ווען כלב בן יפנה איז געווען אין א סכנה פון די מרגלים און ער איז געגאנגען צום מערת המכפלה בעטן ביי די אבות הקדושים - איז דאס אויך א קשיא?! פארוואס מען פארט צום הייליגן רבי שמעון פארשטייסטו אויך נישט? פארוואס מען פארט צו אנדערע מקומות הקדושים פארשטייסטו אויך נישט?!
יעצט וועל איך דיר ענטפערן פארוואס מיר פארן קיין אומאן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר מיינע תלמידים זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.
נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".
דעריבער פארן ברסלב'ער חסידים קיין אומאן יעדעס יאר ראש השנה מיט מסירות נפש, ווייל ראש השנה משפט מען דעם מענטש: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו - ווערט אלעס אנגעשריבן ראש השנה.
יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, די שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; און דא איז דא א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין; קוק וואס רבי נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (שם, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים, כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פאררעכטן.