תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען מיר אזוי שטארק מחזק און האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן.
אזוי ווי מיין טאכטער דארף שוין אנהויבן גיין אין שולע האב איך איר איינגעשריבן אין מוסדות ..., איך האב אבער באקומען אן ענטפער אז דאס יאר נעמען זיי נישט אן קיין ברסלבע חסידים אין אלע זייערע מוסדות איבער גאנץ ארץ ישראל, כאטש וואס סיי איך און סיי מיין ווייב באלאנגען צו די חסידות. זיי האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלע וועד נישט אנצונעמען קיין ברסלבע.
דאס טוט מיר זייער וויי, איך בין אנגעקומען קיין ברסלב נאר צו נעמען חיזוק אויף עבודת ה' און צו זיין מער ערליך, פארדעם האב איך ממש נישט געעפנט קיין אידיש ספר און איך האב נישט געדאווענט, און היינט ב"ה לערן איך יעדן טאג משניות, איך גיי יעצט ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל, איך לערן יעדן טאג גמרא און נ"ך, איך בין מעביר סדרה און איך זאג תהלים, מיין גאנצע רוחניות איז געווארן גאר אנדערש און פיל בעסער זייט איך בין אנגעקומען קיין ברסלב, און אויך מיין שלום בית האט זיך זייער געטוישט צום גוטן.
איך קען ממש נישט פארשטיין פאר ברסלב איז אזוי פארשעמט און אפגעפרעגט, אזוי ווייט אז מ'וויל נישט אננעמען מיינע קינדער ווייל איך דריי זיך אין ברסלב.
יישר כח פאר אלעס.
מענדל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מענדל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו פרעגסט פארוואס ברסלב איז אזוי פארשעמט; ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל האט ער געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת'; פון היינט אן וועט מען קריגן אויף מיר". און אזוי איז טאקע געווען, עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א מחלוקת אויפן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג.
פארוואס טאקע האט דער רבי אונז געברענגט אזא מתנה? עס פעלט דען גוטע מתנות וואס צו געבן? וואס איז די גרויסקייט פון מחלוקת אז דער רבי רופט דאס אן 'א מתנה'? נאר ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן און ער גרויסט זיך מיט זיין עבודת השם, ער גייט ארום מיט גאווה וכו' - פאלט מען אראפ פון אלע מדריגות רחמנא לצלן. אזוי ווי דער הייליגער בעל דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען א קינד און ער איז געזעצן אויפן שויס פון זיין זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, האט ער געהערט ווי דער הייליגער בעל שם טוב זאגט אויף זיך: "דא זיצט א איד וואס הערט תורה - נישט פון קיין מלאך, נישט פון קיין שרף, נישט פון אליהו הנביא, נאר פונעם אייבערשטן אליין און איך האב מורא איך זאל נישט אראפ פאלן יעדע סקונדע אין נוקבא דתהומא רבא פון גאות און יישות וכו'"; ווייל אז מען גרויסט זיך חס ושלום מיט די תורה און תפילה וכו' קען מען אלעס פארלירן. דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם מתנה וואס ער האט אונז געברענגט, אז מען וועט שפעטן פון אונז.
מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך; אז א בחור'ל דאווענט אין ביהמ"ד מיט א געשמאק, ער דאווענט אין א סידור און ער רעדט נישט אויס ביים דאווענען וכו', אדער א אינגערמאן וואס פירט זיך אויף שיין ביי די ארבעט, ער רעדט איידל, ער שעלט נישט ווען עפעס גייט אים נישט, ער איז מקפיד צו דאווענען שחרית מנחה מעריב, ער לויפט ארויס אינמיטן ארבעטן כאפן א מנחה – קוקט אים יעדער ארויף, מען פרעגט שטילערהייט: "ווער איז דער בחור'ל?" "ווער איז דער אינגערמאן?" אבער ווי וואונדערליך איז אויב מען ווערט געוואר אז ער דרייט זיך ביים רבי'ן און ער נעמט זיין חיות פון רבי'ן, דעמאלט קוקט מען שוין מיט א ביטול אויף אים און דער גאנצער גלאנץ פאלט אוועק.
דער ס"מ האט זייער פיינט דעם הייליגן רבי'ן ווייל דער רבי מאכט אים קאליע זיין ביזנעס; דער ס"מ נעמט א מענטש און רעדט אים איין אז ער איז שוין פארפאלן און אז דער אייבערשטער דארף אים נישט צוליב זיינע עבירות. ער ברענגט אים כל מיני ראיות אז ער איז שוין פארפאלן, ער ברענגט ראיות פון זוהר הקדוש (וישב קפח; ויחי ריט): וואס דער זוהר הקדוש זאגט, "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז פוגם בברית ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן העלפט נישט קיין תשובה; און וואס טוט א מענטש ווען ער הערט אז עס העלפט אים שוין נישט קיין תשובה? ער ווערט אינגאנצן מיואש און ער הערט אויף לערנען און דאווענען וכו' וכו'. דאס אלעס איז מעשה בעל דבר וואס וויל אויסרייסן דעם מענטש פון דער וועלט און פון יענע וועלט, קומט דער הייליגער רבי און זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁאֵין הַדָבָר כֵּן, רַק עַל הַכֹּל מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", עס איז נישט אזוי, נאר אויף יעדע זאך העלפט תשובה, "וְאָמַר, שֶׁבָּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשַׁט, רַק הוּא לְבַד", און דער רבי האט געזאגט אז אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט קיינער נישט פשט, נאר ער אליין; דאס איז פארוואס דער ס"מ האט זיך גענומען אויף אלע צדיקים בכלל און אויפן רבי'ן בפרט, ווייל דער רבי שלאגט זיך מיט אים, דער רבי נעמט נשמות וואס דער ס"מ האט שוין לאנג ביי זיך אין קעשענע, ער כאפט זיי ארויס פון דארט און ברענגט זיי צוריק צום אייבערשטן.
די אלע וואס קריגן אויף ברסלב האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז; זיי ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט. ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז וואלטן זיי נישט געקריגט, אדרבה, זיי וואלטן ווען אויך געקומען נעמען חיזוק פון רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּך כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, נאר זיי קריגן אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב עס געטון און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.
די גאנצע מחלוקת אויף ברסלב איז מעשה בעל דבר וואס ער האט זייער מורא פון רבי'ן; ער ווייסט אז ווי נאר מען וועט הערן דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים איז אויס וועלט, אלע וועלן אפלאזן זייערע נארישקייטן און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
דער רבי האט א וועג פאר יעדן איינציגסטן איד צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע נשמות, און דאס איז די סיבה פארוואס דער ס"מ האט זיך אזוי פארלייגט אויפן רבי'ן.
ר' נתן איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, דער רבי האט זיך אנגערופן פאר ר' נתן: "אזאנס אויס צו טראכטן אויף מיר, אז איך בין פון יענעם כת רחמנא לצלן?" ר' נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט, איז ער אוועק געגאנגען. ר' נתן האט שפעטער פארציילט אז דעמאלט האט ער נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט? אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון דער וועלט און ר' נתן האט געוואלט אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעפאנגען א שרעקליכע התנגדות, מען האט גע'רודפ'ט ר' נתן מיט שרעקליכע רדיפות, האט ר' נתן געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר דער רבי האט געוויינט ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקת און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים, וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפען א גוטע מוסד פאר דיינע קינדער, זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א גוטע חדר און א גוטע שולע פאר מיינע קינדער. מען וויל נישט אננעמען מיינע קינדער אין ... מוסד נאר ווייל איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה און ווייל איך בין מיך מחי' ומחזק מיט די ברסלבע ספרים; הייליגער באשעפער, פארוואס פאר איך אויף אומאן, פארוואס בין איך געקומען קיין ברסלב? נאר ווייל די ספרים און די דיבורים מאכן מיר אויף מיינע אויגן איך זאל לעבן מיט דיר און איך זאל זיך פרייען מיט די מצוות וואס איך טו. זייט איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט זיך מיין לעבן אינגאנצן געטוישט לטובה; איך לערן יעדן טאג, איך דאוון יעדן טאג שחרית מנחה מעריב, און מיין גאנצע שלום בית האט זיך מיר געטוישט צום גוטן.
הייליגער באשעפער, פארוואס איז דער רבי אזוי פארשעמט? פארוואס פארשעמט מען מיר? וואס האב איך שוין געטון אז מען וויל נישט אננעמען מיינע קינדער? זיי ווילן נישט אריין נעמען מיינע קינדער ווייל איך בין זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ספרים; איך בעט דיר באשעפער, העלף מיר איך זאל אטרעפען א גוטע מוסד פאר מיינע קינדער".
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן א גוטע מוסד פאר דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן און דו זאלסט זען פון זיי אידיש נחת, אמן.
איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט געטראפן פאר זיי א גוטער מוסד.