תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק דרשות און די בריוו וואס זענען מיר ממש מחי'.
איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסן אין א געוויסע חסידות, וויל איך וויסן אויב איך מוז אפלאזן מיין קהלה און מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?
איך האב גערעדט מיט איינעם א ברסלב'ער איבער דעם, און יענער האט מיר אנגעוויזן וואס דער רבי זאגט אויף אברהם אבינו אז ער האט אפגעלאזט אלעס און נישט געקוקט אויף קיינעם, און יעדער איד דארף זיך אזוי פירן. מיר זעט דאס אבער אויס אביסל איבערגעטריבן, פארוואס זאל איך דארפן אפלאזן אן ערליכע אידישע קהלה, בלויז צו קענען נעמען אויך די עצות פון הייליגן רבי'ן?
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קלאר שטעלן, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דריי מאל ששה סדרי משנה, שוין איבער א האלב יאר וואס איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, כ'האב שוין געענדיגט רוב שלחן ערוך און רוב מדרש רבה און גאנץ נ"ך, און איך האף ס'וועט נישט נעמען נאך לאנג ביז איך וועל מאכן א גרויסע סיום אויף בבלי און ירושלמי, אויסער נאך פילע שיעורים וואס איך לערן ב"ה, און אויסער די נאך פילע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס באגלייטן מיר ממש אויף טריט און שריט, איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך ווייס נישט ווער דער ברסלב'ער חסיד איז און צי ער האט בכלל שייכות מיט'ן רבי'ן; לויט ווי דו לייגסט מיר אראפ זיין ענטפער וכו', ווייסט ער נישט וואס דער רבי וויל פון אונז.
דער רבי וויל נישט אוועקנעמען מענטשן פון זייער מסורה, פון זייער וועג ווי אזוי זיי לעבן; דער רבי וויל איין זאך, אונז ברענגען צו אזא מדרגה אז מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן געדענקען אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווער מען איז און פון וואו מען שטאמט - זאל מען אפלעבן דאס לעבן מיט אמונה און מיט שמחה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אונטערוועגנס אויפ'ן וועג קיין נאווריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנ): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך בין בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא מִבָּעֲיָא יִשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים", נישט נאר די אידן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, "אֶלָּא כָּל הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם כֻּלָּם אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְהָיִיתִי יָכוֹל לְהוֹלִיכָם סָמוּךְ לְדַת יִשְׂרָאֵל", נאר אפילו די אומות העולם קען איך אויך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.
דעריבער בעט איך דיר, בלייב ווייטער מקושר מיט דיין פלאץ וואו דו ביסט אויפגעוואקסן, גיי נישט אוועק פון דיין חסידות. נעם די חיזוק פון רבי'ן אויף א פריוואטע וועג; לערן דיינע שיעורים אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים און ברענג אריין די שכינה אין שטוב, דאס הייסט זאלסט זען עס זאל זיין שלום ביי דיר אין שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.
זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, דו זאלסט דינען דעם אייבערשטן אויף דיין וועג. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליין, ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם אין די וועלט; ווען א מענטש קוקט נאר אויף זיך דעמאלט איז ער א גליקליכער מענטש, א צופרידענער מענטש. צו וואס פעלט דיר אויס מאכן א מחלוקה וכו'? צו וואס פעלט אויס זיך צו גיין רייצן מיט אנדערע, דערציילן אלעמען: "איך בין א ברסלב'ער"? וואס פעלט דיר אויס אז אלע זאלן אנהייבן קריגן אויף דיר? מען וועט דיר אויסשליסן פון די משפחה, מען וועט זיך דערווייטערן פון דיר ווי מען דערווייטערט זיך פון א קראנקן; דערפאר איז בעסער פאר דיר צו זיין מקושר צום רבי'ן שטילערהייט, לערן און דאווען און זיי פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.