שאלה אין קורצן ענין
#1 - מוז מען גיין אין פעלד צו מאכן התבודדות, אדער נישט?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אביסל צעמישט איבער וואס עס מיינט התבודדות. פון איין זייט האב איך געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מוהרא"ש פלעגט פארן צו "מארין פארק" צו מאכן דארט התבודדות, זעט אויס אז מ'דארף באשטימען א פלאץ וואו צו מאכן התבודדות. און פון די אנדערע זייט מאכט מוהרא"ש חוזק פון די וואס דינגען א טענדער ארויסצופארן איינמאל א וואך דאנערשטאג צו גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן, "און וואס וועט זיין ביז דאנערשטאג?". און דער ראש ישיבה זאגט אויך כסדר אז מ'קען מאכן התבודדות סיי ווי אימער מ'איז.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א דאס אויסקלארן? א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ד): "רַבִּי חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי אוֹמֵר, הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה וכו'" - מורא'דיגע סודות וואס מען איז זוכה ווען מען איז זיך מתבודד. דער רבי טייטשט אויס דעם גאנצן מאמר אויף התבודדות. "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", ווען מען איז אויף ביינאכט, מען איז זיך מתבודד און מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", מען גייט התבודדות ביינאכט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, ווייל דער עיקר שלימות פון התבודדדות איז אז מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און דארט זאל מען זיך אויסרעדן, אויסשמועסן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. "וּמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה", ער איז זיך מבטל אינגאנצן צום אייבערשטן, ער טראכט נישט פון זיינע זאכן נאר ער ליידיגט אויס זיין הארץ, דורכדעם איז ער זוכה צו קומען - "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְּנַפְשׁוֹ", צו אזא מדריגה אז ער ווערט נכלל אינעם אייבערשטן וואס איז א חיוב המציאות.


דער יסוד היסודות אין חסידות ברסלב איז 'התבודדות'. קיינער מאכט נישט חוזק פון גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן, מען קען נישט קריגן אויפן רבינ'ס ווערטער פון גיין התבודות אין פעלדער און אין וועלדער. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך האב געוואלט מיינע מענטשן זאלן זיך דרייען אויף פלעצער וואו מענטשן קומען נישט אן דארט".


מוהרא"ש פלעגט אוועק מאכן דאס וואס מען נעמט זיך צוזאם חברים און מען פארט צוזאמען מאכן התבודדות וכו'. ווייל שלימות התבודדות איז ווען מען גייט איינער אליינס; קיינער הערט נישט און ווייסט נישט וואו מען געפונט זיך, מען גייט אליינס מיטן אייבערשטן. מה שאין כן ווען מען גייט צוזאמען איז דאס א שפיל, דער שרייט הויך קומט דער צווייטער און שרייט נאך העכער, קומט דער דריטער וכו'; אזוי אויך אויב מען האט נישט קיין פעלדער און וועלדער, מען וואוינט אין שטאט - זאל מען נישט זוכן תירוצים נישט צו גיין התבודדות און ווארטן אויף ליל שישי זיך צוזאמנעמען וכו', נאר מען דארף זיך מתבודד זיין וואו מען שטייט און וואו מען גייט. אבער אז מען קען טרעפן א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך נישט און דארט זיך מתבודד זיין - איז נישט שייך דאס אוועק צו מאכן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן אלס בחור ביי די זעכצן יאר, פלעגט ער אסאך גיין אין פעלדער און אין וועלדער רעדן צום אייבערשטן. אין אנהייב האט ער זייער מורא געהאט צו זיין איינער אליינס אין וואלד, אויך האט ער מורא געהאט פון די חיות וכו', און עס איז אים זייער שווער געווען, האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.