שאלה אין קורצן ענין
#1 - מוז א פרוי גיין אין שול דאווענען?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר אזוי מחזק, ובפרט פאר די שיעורים פאר פרויען וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, קיינער אין דעם דור געבט נישט אזעלכע שיעורים וואס לערנען אויס ווי אזוי זיך פירן אינעם פאקטישן לעבן יעדן טאג.


איך בין א יונגע פרוי, איך האב נאכנישט קיין קינדער, דעם פארגאנגענעם ראש השנה האב איך געטראכט צו זיך אויב איך זאל ענדערש גיין אין שול דאווענען און מתפלל זיין, אדער ענדערש בלייבן אינדערהיים. פון איין זייט קען איך טאקע גיין אין שול, איך האב נאכנישט קיין קינדער זיך צו דארפן אפגעבן מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך זיך נישט באקוועם צו וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אין שול צווישן פרויען, ווען מ'וועט קוקן אויף מיר און זען ווי איך וויין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר זענט נישט באקוועם צו דאווענען אין שול קענט איר דאווענען אין שטוב; ווען איר האט צייט זאלט איר שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן וואס איר דארפט. דורך התבודדות ותפילה ווערט געשטארקט די אמונה; מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן ביז עס גייט שוין נישט אן וואס מענטשן טראכטן און רעדן וכו'.


א מענטש דארף צוקומען צו אזא מדריגה, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אז עס זאל אים נישט אנגיין וואס אנדערע מענטשן זאגן און טראכטן אויף אים. ווייל ווען מען איז א נצרך לבריות - מען רעדט זיך איין אז א צווייטער קען העלפן אדער שלעכטס טון, דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵךְ אָדָם לַבְּרִיּוֹת פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְרוּם", דארף מען זיך פארשטעלן מיט אנדערע קאלירן, מען קען נישט דאווענען צווישן מענטשן ווייל מען טראכט א גאנצן צייט: 'אפשר וועט איינער קוקן ווי אזוי איך דאווען?' 'אפשר וועל איך האבן כבוד?' 'אפשר וועל איך קריגן געלט?' דעמאלט זאגט דער רבי בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כִּי מִי שֶׁהוּא נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת", ווער עס טראכט פון מענטשן, ער מיינט אז מענטשן קענען אים העלפן, "קָשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל בָּרַבִּים", פאר אים איז זייער שווער צו דאווענען צווישן מענטשן, "וְטוֹב וְנוֹחַ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל בְּיָחִיד", אזא איינער איז בעסער ער זאל דאווענען פריוואט.


אז איר וועט אסאך רעדן צום אייבערשטן וועט איר אנהייבן זען אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט, נאר דער אייבערשטער; איר וועט אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן, דעמאלט וועט אייך שוין נישט מבלבל זיין קיין שום זאך. אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "מִי שֶׁאֵינוֹ נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת, שֶׁאֵינוֹ צָרִיךְ לָהֶם לְשׁוּם דָּבָר", ווער עס טראכט נישט פון מענטשן, ער איז נישט אנגעהאנגען אויף קיינעם, "יוּכַל לַעֲמֹד בֵּין אֲלָפִים אֲנָשִׁים לְהִתְפַּלֵּל בֶּאֱמֶת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לְבַדּוֹ", דער קען דאווענען צווישן טויזנטער מענטשן און דאווענען נאר פאר'ן אייבערשטן אליינס, "מֵאַחַר שֶׁאֵין נִצְרָךְ לְשׁוּם בְּרִיָּה - לֹא לְפַרְנָסָה, וְלֹא לְכָבוֹד, וְלֹא לְשׁוּם דָּבָר, רַק 'שִׂבְרוֹ עַל ה' אֱלֹקָיו'", ווייל ער דארף נישט קיינעם, ער דארף נישט פון קיינעם פרנסה, ער דארף נישט פון קיינעם קיין כבוד ער דארף גארנישט, ער דארף נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.